Page 22 - Shmuel b
P. 22

‫שמוּאל ב‬

‫האַר דער מלך באַפֿעלט ז ַײן קנעכט‪ ,‬אַזױ װעט ד ַײן קנעכט טאָן‪ .‬און‬
‫מפֿיבֿוֹשת – ער עסט אױך ב ַײ מ ַײן טיש אַזױ װי אײנער פֿון דעם‬

                                                              ‫מלכס זין‪.‬‬

‫‪ 12‬און מפֿיבֿוֹשת האָט געהאַט אַ קלײנעם זון װאָס ז ַײן נאָמען איז‬
‫געװען מיכאָ‪ .‬און די גאַנצע באַװױנערשאַפֿט פֿון ציבֿאָס הױז איז‬
‫געװען קנעכט צו מפֿיבֿוֹשתן‪ 13 .‬און מפֿיבֿוֹשת איז געזעסן אין‬
‫ירושלים‪ ,‬װאָרום ב ַײם מלכס טיש האָט ער תּמיד געגעסן‪ .‬און ער‬

                      ‫איז געװען אַ הינקעדיקער אױף ז ַײנע בײדע פֿיס‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬איז געשטאָרבן דער מלך פֿון די‬

‫קינדער פֿון עמון‪ ,‬און ז ַײן זון ָחנון איז געװאָרן מלך אױף ז ַײןי‬

‫אָרט‪ 2 .‬האָט דוד געזאָגט‪ :‬לאָמיך טאָן אַ פֿר ַײנטלעכקײט מיט‬
‫ָחנון דעם זון פֿון ָנחשן‪ ,‬אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער האָט געטאָן אַ‬

                                              ‫פֿר ַײנטלעכקײט מיט מיר‪.‬‬

‫און דוד האָט געשיקט דורך ז ַײנע קנעכט אים צו טרײסטן נאָך ז ַײן‬
‫פֿאָטער‪ .‬און ָד ִודס קנעכט ז ַײנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער‬

                                                               ‫פֿון עמון‪.‬‬

‫‪ 3‬האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עמון געזאָגט צו ָחנון זײער האַר‪:‬‬
‫צי מײנסטו אַז דוד װיל טאָן כּבֿוד ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬װאָס ער האָט‬
‫געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן די שטאָט און זי‬
‫אױסצוקוקן און זי דורכצונישטערן האָט דוד געשיקט ז ַײנע קנעכט‬

                                                                 ‫צו דיר‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט ָחנון גענומען ָד ִודס קנעכט און האָט זײ אָפּגעגאָלט אַ האַלבע‬
‫באָרד‪ ,‬און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט‪ ,‬ביז זײער געזעס‪,‬‬

                                                 ‫און זײ אַװעקגעשיקט‪.‬‬

‫‪ 5‬האָט מען אָנגעזאָגט ָד ִודן‪ ,‬און ער האָט געשיקט זײ אַנטקעגן‪,‬‬
‫װאָרום די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט‪ .‬און דער מלך האָט‬
‫געלאָזט זאָגן‪ :‬זיצט אין יריחו ביז א ַײער באָרד װעט אָפּװאַקסן‪ ,‬און‬

                                                ‫איר װעט זיך אומקערן‪.‬‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27