Page 27 - Shmuel b
P. 27
שמוּאל ב
און די זאַך װאָס דוד האָט געטאָן ,איז געװען שלעכט אין די אױגן
פֿון גאָט.
1און גאָט האָט געשיקט נתנען צו ָד ִודן ,און ער איז צו אים
געקומען ,און האָט צו אים געזאָגט :צװײ מענטשן ז ַײנעןיב
געװען אין אײן שטאָט :אײנער אַן עושר און אײנער אַן אָרעמאַן.
2ב ַײם עושר ז ַײנען געװען שאָף און רינדער זײער פֿיל 3 ,און ב ַײם
אָרעמאַן איז גאָרנישט געװען אחוץ אײן קלײן שעפֿעלע ,װאָס ער
האָט געקױפֿט און עס אױפֿגעהאָדעװעט ,און עס איז אױפֿגעװאַקסן
אין אײנעם מיט אים און מיט ז ַײנע קינדער .פֿון ז ַײן ביסן פֿלעגט עס
עסן ,און פֿון ז ַײן בעכער פֿלעגט עס טרינקען ,און אין ז ַײן בוזעם
פֿלעגט עס ליגן ,און עס איז אים געװען װי אַ טאָכטער 4 .איז
געקומען אַ דורכגײער צו דעם מאַן דעם עושר ,און אים איז געװען אַ
שאָד צו נעמען פֿון ז ַײנע שאָף און פֿון ז ַײנע רינדער ,אױף צו מאַכן
פֿאַר דעם אורח װאָס איז צו אים געקומען ,האָט ער גענומען דאָס
שעפֿעלע פֿון דעם אָרעמאַן ,און האָט עס געמאַכט פֿאַר דעם מאַן
װאָס איז צו אים געקומען.
5האָט דער צאָרן פֿון ָד ִודן שטאַרק געגרימט אױף דעם מאַן ,און ער
האָט געזאָגט צו נתנען :אַזױ װי גאָט לעבט ,אַז טױט קומט דעם מאַן
װאָס טוט דאָס דאָזיקע! 6און פֿאַר דעם שעפֿעלע דאַרף ער באַצאָלן
פֿירפֿאַכיק ,דערפֿאַר װאָס ער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך ,און פֿאַר
װאָס ער האָט ניט ַרח ָמנות געהאַט.
7האָט נתן געזאָגט צו ָד ִודן :דו ביסט דער מאַן! אַזױ האָט געזאָגט
יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך
איבער ישׂראל ,און איך האָב דיך מציל געװען פֿון שאָולס האַנט;
8און איך האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון ד ַײן האַר ,און די װ ַײבער
פֿון ד ַײן האַר אין ד ַײן בוזעם ,און האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון
ישׂראל און יהוּדה .און אױב דאָס איז װינציק ,װעל איך דיר צולײגן
נאָך און נאָך אַ מאָל אַזױ פֿיל 9 .פֿאַר װאָס האָסטו פֿאַראַכט דאָס
װאָרט פֿון גאָט ,צו טאָן װאָס איז שלעכט אין מ ַײנע אױגן? אוּ ִריה
דעם ִחתּי האָסטו דערשלאָגן מיטן שװערד ,און ז ַײן װ ַײב האָסטו דיר
צוגענומען פֿאַר אַ װ ַײב; און האָסט אים געהרגעט דורך דער שװערד