Page 30 - Shmuel b
P. 30
שמוּאל ב
װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט ,און געלײגט אונטער זעגן ,און
אונטער א ַײזערנע דרעששליטנס ,און אונטער א ַײזערנע העק ,און
האָט זײ געמאַכט דורכגײן דורך ציגלאױװנס .און אַזױ פֿלעגט ער טאָן
צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עמון.
און דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים.
1און עס איז געװען נאָך דעם :אַבֿ ָשלום דער זון פֿון ָד ִודן האָט
געהאַט אַ שײנע שװעסטער װאָס איר נאָמען איז געװען ָתּ ָמר,יג
2און אַמנוֹן דער זון פֿון ָד ִודן האָט זי ליב געקריגן .און אַמנוֹן האָט
זיך געקלעמט ביז צום קראַנק װערן ,פֿון װעגן ז ַײן שװעסטער ָתּ ָמרן,
װאָרום זי איז געװען אַ יונגפֿרױ; און עס איז געװען פֿאַרהױלן אין
אַמנוֹנס אױגן װי אַזױ איר עפּעס צו טאָן.
3און אַמנוֹן האָט געהאַט אַ חבֿר װאָס ז ַײן נאָמען איז געװען יוָנדבֿ
דער זון פֿון ִש ָמהָ ,ד ִודס ברודער ,און יוָנדבֿ איז געװען זײער אַ
קלוגער מענטש 4 .האָט ער צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס ביסטו אַזױ
אָפּגעצערט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן ,דו בן-מלך? װילסטו מיר ניט
זאָגן? האָט אַמנוֹן צו אים געזאָגט :איך האָב ליב ָתּ ָמרן ,מ ַײן ברודער
אַבֿ ָשלומס שװעסטער 5 .האָט יוָנדבֿ צו אים געזאָגט :לײג זיך אױף
ד ַײן געלעגער ,און מאַך זיך קראַנק ,און אַז ד ַײן פֿאָטער װעט דיך
קומען זען ,אַזױ זאָלסטו זאָגן צו אים :זאָל ,איך בעט דיך ,קומען מ ַײן
שװעסטער ָתּ ָמר ,און מיר געבן עסן שפּ ַײז ,און זאָל זי מאַכן דאָס
עסן פֿאַר מ ַײנע אױגן ,כּדי איך זאָל זען ,און עסן פֿון איר האַנט.
6האָט אַמנוֹן זיך געלײגט און זיך געמאַכט קראַנק ,און װי דער מלך
איז אים געקומען זען ,אַזױ האָט אַמנוֹן געזאָגט צום מלך :זאָל ,איך
בעט דיך ,קומען מ ַײן שװעסטער ָתּ ָמר ,און צוברײטן פֿאַר מ ַײנע אױגן
אַ פּאָר פֿאַנקוכנס ,און איך װעל עסן פֿון איר האַנט.
7האָט דוד געשיקט צו ָתּ ָמרן אין הױז ,אַזױ צו זאָגן :גײ אַקאָרשט
אין ד ַײן ברודער אַמנוֹנס הױז ,און מאַך אים עסן.
8איז ָתּ ָמר געגאַנגען אין איר ברודער אַמנוֹנס הױז; און ער איז
געלעגן .און זי האָט גענומען דעם טײג ,און האָט געקנעטן און