Page 34 - Shmuel b
P. 34

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 1‬און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוָּיהן האָט געװוּסט אַז דעם מלכס‬

‫האַרץ איז צו אַבֿ ָשלומען‪ 2 .‬האָט יוֹאָבֿ געשיקט קײן תּקוֹע‪,‬יד‬

‫און האָט געבראַכט פֿון דאָרטן אַ קלוגע פֿרױ‪ ,‬און האָט צו איר‬
‫געזאָגט‪ :‬מאַך זיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬טרױערנדיק‪ ,‬און טו אָן‪ ,‬איך בעט‬
‫דיך‪ ,‬טרױערקלײדער‪ ,‬און זאָלסט זיך ניט זאַלבן מיט אײל‪ ,‬און‬
‫זאָלסט ז ַײן װי אַ פֿרױ װאָס טרױערט שױן פֿיל טעג נאָך אַ טױטן‪.‬‬
‫‪ 3‬און זאָלסט קומען צום מלך‪ ,‬און רעדן צו אים אַזױ װי דאָס‬
‫דאָזיקע װאָרט‪ .‬און יוֹאָבֿ האָט אַר ַײנגעטאָן די װערטער אין איר מױל‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹע גערעדט צום מלך‪ ,‬און זי איז געפֿאַלן אױף‬
‫איר פּנים צו דער ערד‪ ,‬און האָט זיך געבוקט און געזאָגט‪ :‬העלף‪,‬‬
‫מלך‪ 5 .‬האָט דער מלך צו איר געזאָגט‪ :‬װאָס איז דיר? האָט זי‬
‫געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַ פֿרױ אַן אלמנה בין איך‪ ,‬װאָרום מ ַײן מאַן איז‬
‫געשטאָרבן‪ 6 .‬און ד ַײן דינסט האָט געהאַט צװײ זין‪ ,‬האָבן זײ זיך‬
‫בײדע געקריגט אין פֿעלד‪ ,‬און ניט געװען װער זאָל פֿאַנאַנדער ַײסן‬
‫צװישן זײ‪ ,‬האָט אײנער געשלאָגן דעם אַנדערן און אים געטײט‪.‬‬
‫‪ 7‬און אָט איז אָנגעשטאַנען די גאַנצע משפּחה אױף ד ַײן דינסט‪ ,‬און‬
‫זײ זאָגן‪ :‬גיב אונדז דעם װאָס האָט דערשלאָגן ז ַײן ברודער‪ ,‬און מיר‬
‫װעלן אים טײטן פֿאַר דעם לעבן פֿון ז ַײן ברודער װאָס ער האָט‬
‫געהרגעט‪ ,‬און מיר װעלן פֿאַרטיליקן אױך דעם יורש‪ .‬און זײ װילן‬
‫אױסלעשן מ ַײן קױל װאָס איז געבליבן‪ ,‬ניט צו לאָזן מ ַײן מאַן אַ‬

               ‫נאָמען און אַן איבערבל ַײב אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט דער מלך געזאָגט צו דער פֿרױ‪ :‬גײ אַהײם‪ ,‬און איך װעל‬
‫באַפֿעלן װעגן דיר‪ 9 .‬האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹע געזאָגט צום מלך‪ :‬אױף‬
‫מיר‪ ,‬מ ַײן האַר מלך‪ ,‬די שולד‪ ,‬און אױף מ ַײן פֿאָטערס הױז‪ ,‬און דער‬
‫מלך און ז ַײן טראָן איז רײן‪ 10 .‬האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬דער װאָס‬
‫רעדט צו דיר‪ ,‬זאָלסטו אים ברענגען צו מיר‪ ,‬און ער װעט דיך מער‬
‫װידער ניט אָנרירן‪ 11 .‬האָט זי געזאָגט‪ :‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דער מלך‬
‫געדענקען יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬אַז דער בלוטמאָנער זאָל ניט נאָך מער‬
‫אומברענגען‪ ,‬און זײ זאָלן ניט פֿאַרטיליקן מ ַײן זון‪ .‬האָט ער געזאָגט‪:‬‬
‫אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬אױב אַ האָר פֿון ד ַײן זון װעט פֿאַלן צו דער ערד!‬
‫‪ 12‬האָט די פֿרױ געזאָגט‪ :‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן דינסט רעדן צו מ ַײן‬

                      ‫האַר דעם מלך אַ װאָרט‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬רעד‪.‬‬
   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39