Page 39 - Shmuel b
P. 39

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 19‬האָט דער מלך געזאָגט צו ִא ַתּין פֿון ַגת‪ :‬צו װאָס זאָלסט דו אױך‬
‫גײן מיט אונדז? קער זיך אום‪ ,‬און בל ַײב מיט דעם מלך‪ ,‬װאָרום דו‬
‫ביסט אַ פֿרעמדער‪ ,‬און אױך ביסטו אַ פֿאַרטריבענער אין ד ַײן אָרט‪.‬‬
‫‪ 20‬ערשט נעכטן ביסטו געקומען‪ ,‬און ה ַײנט זאָל איך דיך מאַכן‬
‫װאָגלען צו גײן מיט אונדז‪ ,‬בעת איך אַלײן גײ װוּהין מיר װעט זיך‬
‫מאַכן? קער זיך אום‪ ,‬און קער אום ד ַײנע ברידער מיט דיר אין גענאָד‬
‫און טר ַײשאַפֿט‪ 21 .‬האָט ִא ַתּי געענטפֿערט דעם מלך און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬און אַזױ װי מ ַײן האַר דער מלך לעבט‪,‬‬
‫אַז בלױז אין דעם אָרט װוּ מ ַײן האַר דער מלך װעט ז ַײן‪ ,‬ס ַײ צום‬
‫טױט ס ַײ צום לעבן‪ ,‬נאָר דאָרטן װעט ז ַײן ד ַײן קנעכט! ‪ 22‬האָט דוד‬
‫געזאָגט צו ִא ַתּין‪ :‬גײ און צי אַריבער‪ .‬איז ִא ַתּי פֿון ַגת‬
‫אַריבערגעגאַנגען‪ ,‬און אַלע ז ַײנע מענטשן‪ ,‬און אַלע קלײנע קינדער‬

                                                        ‫װאָס מיט אים‪.‬‬

‫‪ 23‬און דאָס גאַנצע לאַנד האָט געװײנט אױף אַ הױכן ָקול‪ ,‬װען דאָס‬
‫גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען; און דער מלך איז אַריבער דעם‬
‫ט ַײך ִקדרון‪ ,‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן דעם‬
‫װעג פֿון מדבר‪ 24 .‬און אָט אױך ָצדוֹק און אַלע ל ִו ִיים מיט אים‪,‬‬
‫טראָגנדיק דעם אָרון פֿון גאָטס בונד‪ .‬און זײ האָבן אַװעקגעשטעלט‬
‫דעם אָרון פֿון גאָט – אױך אבֿיתר איז אַרױפֿגעגאַנגען – ביז דאָס‬

                 ‫גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן פֿון שטאָט‪.‬‬

‫‪ 25‬האָט דער מלך געזאָגט צו ָצדוֹקן‪ :‬קער אום דעם אָרון פֿון גאָט‬
‫אין שטאָט‪ .‬אױב איך װעל געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין די אױגן פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬װעט ער מיך אומקערן‪ ,‬און װעט מיך לאָזן זען אים און ז ַײן‬
‫װױנונג‪ 26 .‬און אױב ער װעט אַזױ זאָגן‪ :‬״איך װיל דיך ניט״‪ ,‬דאָ בין‬
‫איך‪ ,‬זאָל ער טאָן מיט מיר אַזױ װי עס איז גוט אין ז ַײנע אױגן‪.‬‬
‫‪ 27‬און דער מלך האָט געזאָגט צו ָצדוֹק דעם כּהן‪ :‬זעסטו‪ ,‬קער זיך‬
‫אום בשלום אין שטאָט‪ ,‬און אַחי ַמ ַעץ ד ַײן זון און יהונתן דער זון פֿון‬
‫אבֿיתרן‪ ,‬א ַײערע בײדנס זין‪ ,‬מיט א ַײך‪ 28 .‬זעט‪ ,‬איך װעל זיך‬
‫אױפֿהאַלטן אין די פּלױנען פֿון מדבר‪ ,‬ביז עס קומט פֿון א ַײך אַ‬

                                                  ‫װאָרט מיר אָנצוזאָגן‪.‬‬

‫‪ 29‬און ָצדוֹק און אבֿיתר האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון גאָט‬
‫קײן ירושלים‪ ,‬און זײ ז ַײנען דאָרטן געבליבן‪ 30 .‬און דוד איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿאַר הר‪-‬הֵזיתים‪ ,‬אַרױפֿגעגאַנגען‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44