Page 42 - Shmuel b
P. 42

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 13‬און דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען געגאַנגען אױפֿן װעג‪ ,‬און ִש ְמ ִעי‬
‫איז געגאַנגען ב ַײם ז ַײט באַרג אַקעגן אים‪ ,‬געגאַנגען און געשאָלטן‪,‬‬

   ‫און געװאָרפֿן מיט שטײנער אַקעגן אים‪ ,‬און געשאָטן מיט שטױב‪.‬‬

‫‪ 14‬און דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים ז ַײנען‬
                 ‫אָנגעקומען מידע; און ער האָט זיך אָפּגערוט דאָרטן‪.‬‬

‫‪ 15‬און אַבֿ ָשלום און דאָס גאַנצע פֿאָלק‪ ,‬די מענער פֿון ישׂראל‪ ,‬ז ַײנען‬
                    ‫אָנגעקומען קײן ירושלים‪ ,‬און אַחיתּופֿל מיט אים‪.‬‬

‫‪ 16‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז חוּ ַשי דער אַרכּי‪ָ ,‬ד ִודס גוטער פֿר ַײנט‪ ,‬איז‬
‫געקומען צו אַבֿ ָשלומען‪ ,‬האָט חוּ ַשי געזאָגט צו אַבֿ ָשלומען‪ :‬לעבן‬
‫זאָל דער מלך! לעבן זאָל דער מלך! ‪ 17‬האָט אַבֿ ָשלום געזאָגט צו‬
‫חוּ ַשין‪ :‬איז דאָס ד ַײן גינציקײט צו ד ַײן גוטן פֿר ַײנט? פֿאַר װאָס‬
‫ביסטו ניט געגאַנגען מיט ד ַײן גוטן פֿר ַײנט? ‪ 18‬האָט חוּ ַשי געזאָגט צו‬
‫אַבֿ ָשלומען‪ :‬נײן! נ ַײערט װעמען גאָט און דאָס דאָזיקע פֿאָלק און‬
‫אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן אױסדערװײלט‪ ,‬צו אים געהער איך‪,‬‬
‫און מיט אים װיל איך בל ַײבן‪ 19 .‬און צװײטנס‪ ,‬װעמען װעל איך‬
‫דינען? דאָך ב ַײ ז ַײן זון; אַזױ װי איך האָב געדינט ב ַײ ד ַײן פֿאָטער‪,‬‬

                                             ‫אַזױ װעל איך ז ַײן ב ַײ דיר‪.‬‬

‫‪ 20‬און אַבֿ ָשלום האָט געזאָגט צו אַחיתּופֿלן‪ :‬גיט א ַײער עצה װאָס‬
‫מיר זאָלן טאָן‪ 21 .‬האָט אַחיתּופֿל געזאָגט צו אַבֿ ָשלומען‪ :‬קום צו די‬
‫קעפּסװ ַײבער פֿון ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬װאָס ער האָט געלאָזן צו היטן דאָס‬
‫הױז‪ .‬און אַז גאַנץ ישׂראל װעט הערן‪ ,‬אַז דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט‬
‫ב ַײ ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬אַזױ װעלן שטאַרק װערן די הענט פֿון אַלע װאָס‬

                                                               ‫מיט דיר‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט מען פֿאַרשפּרײט אַ געצעלט פֿאַר אַבֿ ָשלומען אױפֿן דאַך‪ ,‬און‬
‫אַבֿ ָשלום איז געקומען צו די קעפּסװ ַײבער פֿון ז ַײן פֿאָטער פֿאַר די‬

                                                ‫אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 23‬און אַן עצה װאָס אַחיתּופֿל האָט גע ֵע ֶצהט‪ ,‬איז אין יענע טעג‬
‫געװען אַזױ װי אַ מענטש זאָל פֿרעגן ב ַײ דעם װאָרט פֿון גאָט‪ .‬אַזױ‬
‫איז געװען איטלעכע עצה פֿון אַחיתּופֿלן ס ַײ ב ַײ ָד ִודן ס ַײ ב ַײ‬

                                                            ‫אַבֿ ָשלומען‪.‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47