Page 46 - Shmuel b
P. 46
שמוּאל ב
1און דוד האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים,
און ער האָט געמאַכט איבער זײ הױפּטל ַײט פֿון טױזנט אוןיח
הױפּטל ַײט פֿון הונדערט 2 .און דוד האָט געשיקט דאָס פֿאָלק ,אַ
דריטל אונטער דער האַנט פֿון יוֹאָבֿן ,און אַ דריטל אונטער דער
האַנט פֿון אַבֿי ַשי דעם זון פֿון צרוָּיהן ,יוֹאָבֿס ברודער ,און אַ דריטל
אונטער דער האַנט פֿון ִא ַתּין פֿון ַגת .און דער מלך האָט געזאָגט צום
פֿאָלק :אַרױסגײן װעל איך אױך אַרױסגײן מיט א ַײך 3 .האָט דאָס
פֿאָלק געזאָגט :זאָלסט ניט אַרױסגײן; װאָרום אױב אַנטלױפֿן װעלן
מיר אַנטלױפֿן ,װעט מען אױף אונדז ניט לײגן אַכט ,און אַפֿילו אַ
העלפֿט פֿון אונדז זאָלן אומקומען ,װעט מען אױף אונדז ניט לײגן
קײן אַכט; אָבער דו ביסט אַצונד אַזױ װי צען טױזנט פֿון אונדז; איז
אַצונד בעסער ,אַז דו זאָלסט אונדז ז ַײן צו הילף פֿון שטאָט 4 .האָט
דער מלך צו זײ געזאָגט :װאָס איז גוט אין א ַײערע אױגן ,װעל איך
טאָן.
און דער מלך האָט זיך געשטעלט ב ַײן ז ַײט פֿון טױער ,און דאָס
גאַנצע פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן.
5און דער מלך האָט באַפֿױלן יוֹאָבֿן און אַבֿי ַשין און ִא ַתּין ,אַזױ צו
זאָגן :ז ַײט מיר געלאַסן מיט דעם יונג ,מיט אַבֿ ָשלומען .און דאָס
גאַנצע פֿאָלק האָט געהערט װי דער מלך האָט באַפֿױלן אַלע
הױפּטל ַײט װעגן אַבֿ ָשלומען.
6און דאָס פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד אַקעגן ישׂראל ,און
די מלחמה איז געװען אין װאַלד פֿון אפֿ ַר ִים 7 .און דאָס פֿאָלק פֿון
ישׂראל איז דאָרטן געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון ָד ִודן ,און
דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שלאַק אין יענעם טאָג -צװאַנציק
טױזנט 8 .װאָרום די מלחמה איז דאָרטן געװען פֿאַרשפּרײט אױפֿן
געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד; און דער װאַלד האָט פֿאַרצערט פֿון פֿאָלק
מער װי די שװערד האָט פֿאַרצערט אין יענעם טאָג.
9און אַבֿ ָשלום האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר די קנעכט פֿון ָד ִודן .און
אַבֿ ָשלום איז געריטן אױף אַ מױלאײזל ,איז דער מױלאײזל געקומען
אונטער דעם געצװ ַײג פֿון אַ גרױסן אײכנבױם ,און ז ַײן קאָפּ האָט זיך
אָנגעכאַפּט אָן דעם אײכנבױם ,און ער איז געבליבן צװישן הימל און
ערד; און דער מױלאײזל װאָס אונטער אים איז אַװעק 10 .האָט