Page 48 - Shmuel b
P. 48

‫שמוּאל ב‬

‫ניט אַ ַב ַעל‪-‬בשׂורה ה ַײנטיקן טאָג; װעסט אָנזאָגן אַן אַנדער טאָג‪,‬‬
‫אָבער ה ַײנטיקן טאָג זאָלסטו ניט אָנזאָגן‪ ,‬אַזױ װי דעם מלכס זון איז‬

                                                                   ‫טױט‪.‬‬

‫‪ 21‬און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט צו דעם כּושי‪ :‬גײ דערצײל דעם מלך װאָס‬
‫דו האָסט געזען‪ .‬האָט דער כּושי זיך געבוקט צו יוֹאָבֿן‪ ,‬און איז‬

                                                         ‫אַװעקגעלאָפֿן‪.‬‬

‫‪ 22‬און אַחי ַמ ַעץ דער זון פֿון ָצדוֹקן האָט װידער אַ מאָל געזאָגט צו‬
‫יוֹאָבֿן‪ :‬זאָל ז ַײן װאָס װעט ז ַײן‪ ,‬לאָמיך אױך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬לױפֿן נאָך‬
‫דעם כּושי‪ .‬האָט יוֹאָבֿ געזאָגט‪ :‬נאָך װאָס דען זאָלסטו לױפֿן‪ ,‬מ ַײן זון‪,‬‬
‫אַז די בשׂורה װעט דיר גאָרניט א ַײנברענגען? ‪ 23‬״אָבער זאָל ז ַײן‬
‫װאָס װעט ז ַײן‪ ,‬איך װעל לױפֿן‪.‬״ האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬לױף‪ ,‬און‬
‫אַחי ַמ ַעץ איז געלאָפֿן מיטן װעג פֿון דער ]ירדן[ געגנט‪ ,‬און ער האָט‬

                                            ‫אַריבערגעיאָגט דעם כּושי‪.‬‬

‫‪ 24‬און דוד איז געזעסן צװישן די צװײ טױערן‪ ,‬און דער װעכטער איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם דאַך פֿון טױער‪ ,‬אױף דער מױער‪ ,‬און ער‬
‫האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן‪ ,‬ערשט אַ מאַן לױפֿט אַלײן‪ 25 .‬האָט‬
‫דער װעכטער אױסגערופֿן‪ ,‬און אָנגעזאָגט דעם מלך‪ .‬האָט דער מלך‬
‫געזאָגט‪ :‬אױב ער איז אַלײן‪ ,‬איז אַ בשׂורה אין ז ַײן מױל‪ .‬און יענער‬
‫איז געקומען אַלץ נענטער‪ 26 .‬האָט דער װעכטער געזען אַן אַנדער‬
‫מאַן לױפֿן‪ ,‬און דער װעכטער האָט אױסגערופֿן צום טױערמאַן און‬
‫געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬אַ מאַן לױפֿט אַלײן‪ .‬האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬דער אױך‬

                                                       ‫איז אַן אָנזאָגער‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט דער װעכטער געזאָגט‪ :‬איך דערקען דאָס לױפֿן פֿון ערשטן‬
‫אַזױ װי דאָס לױפֿן פֿון אַחי ַמ ַעץ דעם זון פֿון ָצדוֹקן‪ .‬האָט דער מלך‬
‫געזאָגט‪ :‬אַ גוטער מענטש איז ער‪ ,‬און מיט אַ גוטער בשׂורה קומט‬

                                                                     ‫ער‪.‬‬

‫‪ 28‬האָט אַחי ַמ ַעץ גערופֿן און האָט געזאָגט צום מלך‪ :‬פֿריד! און ער‬
‫האָט זיך געבוקט צום מלך מיט ז ַײן פּנים צו דער ערד‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬געלױבט איז יהוה ד ַײן גאָט װאָס האָט איבערגעענטפֿערט‬
‫די מענטשן װאָס האָבן אױפֿגעהױבן זײער האַנט אױף מ ַײן האַר דעם‬
‫מלך‪ 29 .‬האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬איז פֿריד צו דעם יונג‪ ,‬צו‬
‫אַבֿ ָשלומען? האָט אַחי ַמ ַעץ געזאָגט‪ :‬איך האָב געזען אַ גרױסן טומל‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53