Page 50 - Shmuel b
P. 50

‫שמוּאל ב‬

‫טעכטער‪ ,‬און דאָס לעבן פֿון ד ַײנע װ ַײבער‪ ,‬און דאָס לעבן פֿון ד ַײנע‬
‫קעפּסװ ַײבער‪ 7 ,‬ליב צו האָבן ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬און פֿ ַײנט צו האָבן ד ַײנע‬
‫ליבהאָבער‪ .‬װאָרום האָסט ה ַײנט געלאָזט װיסן‪ ,‬אַז ב ַײ דיר ז ַײנען‬
‫ניטאָ קײן הױפּטל ַײט און קײן קנעכט‪ :‬װ ַײל ה ַײנט װײס איך‪ ,‬אַז װען‬
‫אַבֿ ָשלום לעבט‪ ,‬און מיר אַלע ז ַײנען ה ַײנט טױט‪ ,‬װאָלט דענצמאָל‬
‫געװען רעכט אין ד ַײנע אױגן‪ 8 .‬און אַצונד‪ ,‬שטײ אױף‪ ,‬גײ אַרױס‪ ,‬און‬
‫רעד צום האַרצן פֿון ד ַײנע קנעכט‪ ,‬װאָרום איך שװער ב ַײ גאָט‪ ,‬אַז דו‬
‫גײסט ניט אַרױס‪ ,‬אױב אַ מענטש װעט ב ַײ דיר בל ַײבן די נאַכט! און‬
‫דאָס װעט דיר ז ַײן ערגער װי אַל דאָס בײז װאָס איז געקומען אױף‬

                                       ‫דיר פֿון ד ַײן יוגנט אָן ביז אַצונד‪.‬‬

‫‪ 9‬איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ער האָט זיך געזעצט אין טױער‪,‬‬
‫און דעם גאַנצן פֿאָלק האָט מען אָנגעזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זעט‪ ,‬דער‬
‫מלך זיצט אין טױער‪ .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען פֿאַרן מלך‪.‬‬

‫און אַז ישׂראל איז אַנטלאָפֿן איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן‪ 10 ,‬האָט‬
‫דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל געטענהט‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬דער מלך האָט אונדז מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע‬
‫פֿ ַײנט‪ ,‬און ער האָט אונדז געראַטעװעט פֿון דער האַנט פֿון די‬
‫פּ ִלשתּים‪ ,‬און אַצונד איז ער אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד פֿון װעגן אַבֿ ָשלומען‪.‬‬
‫‪ 11‬און אַבֿ ָשלום‪ ,‬װאָס מיר האָבן געזאַלבט איבער אונדז‪ ,‬איז‬
‫אומגעקומען אין דער מלחמה‪ ,‬ה ַײנט פֿאַר װאָס שװ ַײגט איר װעגן‬

                                                   ‫אומקערן דעם מלך?‬

‫‪ 12‬און דער מלך דוד האָט געשיקט צו ָצדוֹק און צו אבֿיתר די כּהנים‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬רעדט צו די עלטסטע פֿון יהוּדה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַר‬
‫װאָס זאָלט איר ז ַײן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך אין ז ַײן הױז?‪-‬‬
‫װאָרום דאָס װאָרט פֿון גאַנץ ישׂראל איז אָנגעקומען צום מלך אין‬
‫ז ַײן הױז? – ‪ 13‬מ ַײנע ברידער ז ַײט איר‪ ,‬מ ַײן בײן און מ ַײן פֿלײש ז ַײט‬
‫איר‪ ,‬און פֿאַר װאָס זאָלט איר ז ַײן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך?‬
‫‪ 14‬און צו ַע ָמשׂאן זאָלט איר זאָגן‪ :‬מ ַײן בײן און מ ַײן פֿלײש ביסטו‬
‫דאָך‪ .‬זאָל מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אױב דו װעסט ניט ז ַײן‬

                  ‫ב ַײ מיר אַלע טעג דער חיל‪-‬פֿירער אױף יוֹאָבֿס אָרט!‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55