Page 51 - Shmuel b
P. 51

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 15‬און ער האָט צוגענ ַײגט דאָס האַרץ פֿון אַלע מענער פֿון יהוּדה‬
‫אַזױ װי אײן מאַן‪ .‬און זײ האָבן געשיקט צום מלך‪ :‬קער זיך אום דו‬

                                                 ‫און אַלע ד ַײנע קנעכט‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט דער מלך זיך אומגעקערט‪ ,‬און ער איז געקומען ביזן ירדן‪.‬‬
‫און יהוּדה איז געקומען קײן ִגלגל צו גײן אַנטקעגן דעם מלך‪ ,‬כּדי‬

                                ‫אַריבערצופֿירן דעם מלך איבערן ירדן‪.‬‬

‫‪ 17‬און ִש ְמ ִעי דער זון פֿון ֵגראָן‪ ,‬דער בנימינער‪ ,‬װאָס פֿון בחורים‪,‬‬
‫האָט געא ַײלט און אַראָפּגענידערט מיט די מענער פֿון יהוּדה‬
‫אַנטקעגן דעם מלך דוד; ‪ 18‬און מיט אים טױזנט מאַן פֿון בנימין‪ ,‬און‬
‫ציבֿאָ‪ ,‬שאָולס קנעכט‪ ,‬און ז ַײנע פֿופֿצן זין און ז ַײנע צװאַנציק קנעכט‬
‫מיט אים‪ .‬און זײ ז ַײנען אַריבער דעם ירדן פֿאַרן מלך‪ 19 .‬און דער‬
‫פּראָם איז אַריבערגעקומען‪ ,‬כּדי אַריבערצופֿירן דעם מלכס‬
‫הױזגעזינט‪ ,‬און צו טאָן װאָס איז גוט אין ז ַײנע אױגן‪ .‬איז ִש ְמ ִעי דער‬
‫זון פֿון ֵגראָן געפֿאַלן פֿאַרן מלך‪ ,‬װען ער האָט געװאָלט אַריבערגײן‬
‫דעם ירדן‪ 20 .‬און ער האָט געזאָגט צום מלך‪ :‬זאָל מ ַײן האַר מיר ניט‬
‫צורעכענען אַ זינד‪ ,‬און זאָלסט ניט דערמאָנען װאָס ד ַײן קנעכט האָט‬
‫פֿאַרבראָכן אין דעם טאָג װאָס מ ַײן האַר דער מלך איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים‪ ,‬אַז דער מלך זאָל זיך דאָס נעמען צום‬
‫האַרצן‪ 21 .‬װאָרום ד ַײן קנעכט װײס אַז איך האָב געזינדיקט‪ ,‬און אָט‬
‫בין איך געקומען ה ַײנט דער ערשטער פֿון גאַנצן הױז פֿון יוסף‪,‬‬

                         ‫אַראָפּצונידערן אַנטקעגן מ ַײן האַר דעם מלך‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט זיך אָפּגערופֿן אַבֿי ַשי דער זון פֿון צרוָּיהן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫זאָל ניט ִש ְמ ִעי געטײט װערן דערפֿאַר װאָס ער האָט געשאָלטן דעם‬
‫געזאַלבטן פֿון גאָט? ‪ 23‬האָט דוד געזאָגט‪ :‬װאָס קער איך זיך אָן מיט‬
‫א ַײך‪ ,‬איר זין פֿון צרוָּיהן‪ ,‬אַז איר זאָלט מיר ה ַײנט ז ַײן פֿאַר אַ שטער?‬
‫זאָל ה ַײנט געטײט װערן אַ מענטש פֿון ישׂראל? װאָרום פֿאַר װאָר‪,‬‬

             ‫ערשט װײס איך אַז ה ַײנט בין איך אַ מלך איבער ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 24‬און דער מלך האָט געזאָגט צו ִש ְמ ִעין‪ :‬װעסט ניט שטאַרבן‪ .‬און‬
                                         ‫דער מלך האָט אים געשװאָרן‪.‬‬

‫‪ 25‬און מפֿיבֿוֹשת‪ ,‬שאָולס זון‪ ,‬האָט אַראָפּגענידערט אַנטקעגן דעם‬
‫מלך‪ ,‬און ער האָט ניט צורעכט געמאַכט ז ַײנע פֿיס‪ ,‬און ניט צורעכט‬
‫געמאַכט ז ַײנע װאָנסעס‪ ,‬און ז ַײנע קלײדער ניט געװאַשן‪ ,‬פֿון דעם‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56