Page 47 - Shmuel b
P. 47
שמוּאל ב
דערזען אײנער אַ מאַן ,און ער האָט דערצײלט יוֹאָבֿן און געזאָגט :אָן
האָב איך געזען אַבֿ ָשלומען הענגען אױפֿן אײכנבױם 11 .האָט יוֹאָבֿ
געזאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אים דערצײלט :און אַז דו האָסט
געזען ,טאָ פֿאַר װאָס האָסטו אים ניט דערשלאָגן דאָרטן צו דער
ערד? און אױף מיר װאָלט געװען דיר צו געבן צען זילבערשטיק און
אַ גאַרטל 12 .האָט דער מאַן געזאָגט צו יוֹאָבֿן :אַפֿילו װען איך קריג
אָפּגעװױגן אױף מ ַײנע הענט טױזנט זילבערשטיק ,װעל איך ניט
אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף דעם מלכס זון ,װאָרום פֿאַר אונדזערע
אױערן האָט דער מלך באַפֿױלן דיר און אַבֿי ַשין און ִא ַתּין ,אַזױ צו
זאָגן :ז ַײט אָפּגעהיט ,װער עס זאָל ניט ז ַײן ,מיט דעם יונג ,מיט
אַבֿ ָשלומען 13 .אָדער אַז איך זאָל באַגײן אַ פֿאַלשקײט אַקעגן מ ַײן
זעל ,װעט קײן זאַך ניט בל ַײבן פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך ,און דו װעסט
שטײן פֿון דער װ ַײטן.
14האָט יוֹאָבֿ געזאָגט :איך קען זיך דאָ אַזױ ניט אױפֿהאַלטן מיט דיר.
און ער האָט גענומען דר ַײ װאַרפֿשפּיזן אין ז ַײן האַנט ,און האָט זײ
אַר ַײנגעשטאָכן אין אַבֿ ָשלומס האַרצן ,װען ער האָט נאָך געלעבט אין
מיטן אײכנבױם 15 .און צען יונגען ,יוֹאָבֿס װאַפֿנטרעגער ,האָבן זיך
אַרומגעשטעלט ,און האָבן געשלאָגן אַבֿ ָשלומען און אים געטײט.
16און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר ,און דאָס פֿאָלק האָט זיך
אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן ישׂראל ,װאָרום יוֹאָבֿ האָט צוריקגעהאַלטן
דאָס פֿאָלק 17 .און זײ האָבן גענומען אַבֿ ָשלומען ,און האָבן אים
א ַײנגעװאָרפֿן אין װאַלד אין דער גרױסער גרוב .און זײ האָבן
אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ זײער גרױסן הױפֿן שטײנער .און גאַנץ
ישׂראל ז ַײנען אַנטלאָפֿן ,איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן.
18און אַבֿ ָשלום האָט נאָך ב ַײ ז ַײן לעבן גענומען און זיך
אױפֿגעשטעלט דעם ז ַײלשטײן װאָס אין מלכס טאָל; װאָרום ער האָט
געזאָגט :איך האָב ניט קײן זון צו דערמאָנען מ ַײן נאָמען .און ער
האָט גערופֿן דעם ז ַײלשטײן אױף ז ַײן נאָמען ,און מע רופֿט אים
אַבֿ ָשלומס אָנדענק ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
19און אַחי ַמ ַעץ דער זון פֿון ָצדוֹקן האָט געזאָגט :לאָמיך אַקאָרשט
לױפֿן און אָנזאָגן דעם מלך ,אַז גאָט האָט זיך אָפּגערעכנט פֿאַר אים
פֿון דער האַנט פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט 20 .האָט יוֹאָבֿ צו אים געזאָגט :ביסט