Page 43 - Shmuel b
P. 43
שמוּאל ב
1און אַחיתּופֿל האָט געזאָגט צו אַבֿ ָשלומען :לאָמיך אַקאָרשט
אױסקל ַײבן צװעלף טױזנט מאַן ,און איך װעל אױפֿשטײן ,אוןיז
װעל נאָכיאָגן ָד ִודן די נאַכט 2 .און איך װעל קומען אױף אים װען ער
איז מיד און אָפּהענטיק ,און װעל אים דערשרעקן ,און דאָס גאַנצע
פֿאָלק װאָס מיט אים װעט אַנטלױפֿן ,און איך װעל דערשלאָגן דעם
מלך אַלײן; 3און איך װעל אומקערן צו דיר דאָס גאַנצע פֿאָלק .אַז
אַלע װעלן זיך אומקערן ]אחוץ[ דער מאַן װאָס דו זוכסט ,װעט דאָס
גאַנצע פֿאָלק ז ַײן אין פֿריד.
4איז די זאַך געװען גל ַײך אין די אױגן פֿון אַבֿ ָשלומען ,און אין די
אױגן פֿון אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל 5 .און אַבֿ ָשלום האָט געזאָגט:
רוף אױך ,איך בעט דיך ,חוּ ַשי דעם אַרכּי ,און לאָמיר הערן אױך װאָס
אין ז ַײן מױל.
6איז געקומען חוּ ַשי צו אַבֿ ָשלומען ,און אַבֿ ָשלום האָט צו אים
געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט האָט אַחיתּופֿל
גערעדט .זאָלן מיר טאָן לױט ז ַײן װאָרט אָדער ניט? רעד דו 7 .האָט
חוּ ַשי געזאָגט צו אַבֿ ָשלומען :ניט גוט איז די עצה װאָס אַחיתּופֿל
עצהט דאָס מאָל 8 .און חוּ ַשי האָט געזאָגט :דו קענסט ד ַײן פֿאָטער
און ז ַײנע מענטשן ,אַז זײ ז ַײנען גבורים ,און זײ ז ַײנען פֿאַרביטערט
אין געמיט ,אַזױ װי אַ בערינטע אין פֿעלד באַרױבט פֿון אירע יונגע;
אױך איז ד ַײן פֿאָטער אַ מאַן פֿון מלחמה ,און ער װעט ניט נעכטיקן
מיטן פֿאָלק 9 .אָט איז ער אַצונד באַהאַלטן אין אײנער פֿון די
גריבער ,אָדער אין אײנעם פֿון די ערטער; און עס װעט ז ַײן ,אַז
עמעצער װעט אין זײ אַר ַײנפֿאַלן אין אָנהײב ,און אַ הערער װעט
הערן ,װעט ער זאָגן :אַ מפּלה איז געװען צװישן דעם פֿאָלק װאָס
הינטער אַבֿ ָשלומען 10 .און אַפֿילו דער װאָס איז אַ העלדישער יונג,
װאָס ז ַײן האַרץ איז אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון אַ לײב ,װעט אין גאַנצן
צעגאַנגען װערן ,װאָרום גאַנץ ישׂראל װײס אַז ד ַײן פֿאָטער איז אַ
ִגבור ,און די װאָס מיט אים ז ַײנען העלדישע יונגען 11 .אָבער איך
עצה אַז א ַײנגעזאַמלט זאָל א ַײנגעזאַמלט װערן גאַנץ ישׂראל אַרום
דיר ,פֿון דן און ביז ב ֵארֶ -שבֿע ,אַזױ װי דער זאַמד װאָס ב ַײם ים אין
פֿילקײט ,און דו אַלײן זאָלסט גײן אין מלחמה 12 .און אַז מיר װעלן
קומען אױף אים אין אײנעם פֿון די ערטער װאָס ער געפֿינט זיך
דאָרטן ,װעלן מיר זיך אַראָפּלאָזן אױף אים ,אַזױ װי עס פֿאַלט דער
טױ אױף דער ערד; און פֿון אים און פֿון אַלע מענטשן װאָס מיט