Page 44 - Shmuel b
P. 44
שמוּאל ב
אים ,װעט אַפֿילו אײנער ניט בל ַײבן 13 .און אַז ער װעט זיך
אַר ַײנקל ַײבן אין שטאָט ,װעלן גאַנץ ישׂראל לאָזן אַרױפֿטראָגן צו
יענער שטאָט שטריק ,און מיר װעלן עס אַראָפּשלעפּן אין טאָל ,ביז
דאָרטן װעט זיך אַפֿילו אַ שטײנדל ניט געפֿינען.
14האָט געזאָגט אַבֿ ָשלום און אַלע מענער פֿון ישׂראל :די עצה פֿון
חוּ ַשי דעם אַרכּי איז בעסער װי די עצה פֿון אַחיתּופֿלן .װאָרום גאָט
האָט באַשערט צו פֿאַרשטערן די גוטע עצה פֿון אַחיתּופֿלן ,כּדי גאָט
זאָל ברענגען דאָס בײז אױף אַבֿ ָשלומען.
15און חוּ ַשי האָט געזאָגט צו ָצדוֹק און צו אבֿיתר די כּהנים :אַזױ
און אַזױ האָט אַחיתּופֿל גע ֵע ֶצהט אַבֿ ָשלומען און די עלטסטע פֿון
ישׂראל ,און אַזױ און אַזױ האָב איך גע ֵע ֶצהט 16 .און אַצונד ,שיקט
אױף גיך און זאָגט אָן ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן .זאָלסט ניט נעכטיקן די
נאַכט אין די פּלױנען פֿון מדבר ,נאָר אַריבערגײן מוזטו אַריבערגײן,
כּדי דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים זאָלן ניט
אומגעבראַכט װערן.
17און יהונתן און אַחי ַמ ַעץ ז ַײנען געשטאַנען אין ֵעין-רוֵֹגל ,און אַ
דינסט פֿלעגט גײן און זײ דערצײלן ,און זײ פֿלעגן גײן און דערצײלן
דעם מלך ָד ִודן; װאָרום זײ האָבן זיך ניט געטאָרט װ ַײזן אַר ַײנצוקומען
אין שטאָט.
18האָט זײ אַ יִינגל דערזען ,און ער האָט דערצײלט אַבֿ ָשלומען.
ז ַײנען זײ בײדע אױף גיך אַװעק ,און ז ַײנען געקומען צו דעם הױז פֿון
אַ מאַן אין בחורים; און ער האָט געהאַט אַ ברונעם אין ז ַײן הױף,
האָבן זײ אַראָפּגענידערט אַהין 19 .און די פֿרױ האָט גענומען און
האָט אַריבערגעשפּרײט אַ דעקע איבער דער עפֿענונג פֿון ברונעם,
און האָט אױסגעשפּרײט דערױף גריץ ,און קײן זאַך איז ניט געװען
קאָנטיק 20 .און אַבֿ ָשלומס קנעכט ז ַײנען געקומען צו דער פֿרױ אין
הױז ,און האָבן געזאָגט :װוּ ז ַײנען אַחי ַמ ַעץ און יהונתן? האָט די פֿרױ
צו זײ געזאָגט :זײ ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען דעם װאַסערשטראָם.
האָבן זײ געזוכט ,און האָבן ניט געפֿונען; און זײ האָבן זיך
אומגעקערט קײן ירושלים.
21און עס איז געװען נאָך זײער אַװעקגײן ,ז ַײנען זײ אַרױפֿגעקומען
פֿון ברונעם ,און ז ַײנען געגאַנגען און האָבן דערצײלט דעם מלך ָד ִודן,