Page 41 - Shmuel b
P. 41

‫שמוּאל ב‬

‫דער װ ַײן צום טרינקען פֿאַר דעם פֿאַרשמאַכטן אין מדבר‪ 3 .‬האָט‬
‫דער מלך געזאָגט‪ :‬און װוּ איז ד ַײן האַרס זון? האָט ציבֿאָ געזאָגט‬
‫צום מלך‪ :‬אָן איז ער געבליבן אין ירושלים‪ ,‬װאָרום ער האָט געזאָגט‪:‬‬
‫ה ַײנט װעט מיר דאָס הױז פֿון ישׂראל אומקערן די מלוכה פֿון מ ַײן‬
‫פֿאָטער‪ 4 .‬האָט דער מלך געזאָגט צו ציבֿאָן‪ :‬זע‪ ,‬אַלצדינג װאָס‬
‫געהערט צו מפֿיבֿוֹשתן איז ד ַײנס‪ .‬האָט ציבֿאָ געזאָגט‪ :‬איך בוק זיך;‬

         ‫לאָמיך געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬מ ַײן האַר מלך‪.‬‬

‫‪ 5‬און װי דער מלך דוד איז געקומען ביז בחורים‪ ,‬ערשט פֿון דאָרטן‬
‫גײט אַרױס אַ מאַן פֿון דער משפּחה פֿון שאָולס הױז‪ ,‬װאָס ז ַײן‬
‫נאָמען איז געװען ִש ְמ ִעי דער זון פֿון ֵגראָן – גײט און שילט גײענדיק‪.‬‬
‫‪ 6‬און ער האָט געװאָרפֿן מיט שטײנער אױף ָד ִודן‪ ,‬און אױף אַלע‬
‫קנעכט פֿון מלך ָד ִודן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק און אַלע גבורים ז ַײנען‬
‫געװען פֿון ז ַײן רעכטער ז ַײט און פֿון ז ַײן לינקער‪ 7 .‬און אַזױ האָט‬
‫ִש ְמ ִעי געזאָגט‪ ,‬װען ער האָט געשאָלטן‪ :‬גײ אַרױס‪ ,‬גײ אַרױס‪,‬‬
‫בלוטיקער מענטש און נידערטרעכטיקער מענטש‪ 8 .‬גאָט האָט‬
‫אומגעקערט אױף דיר אַל דאָס בלוט פֿון דעם הױז פֿון ָשאולן‪ ,‬װאָס‬
‫דו ביסט געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪ ,‬און גאָט האָט געגעבן די מלוכה‬
‫אין דער האַנט פֿון ד ַײן זון אַבֿ ָשלומען‪ .‬און אָט ביסטו אין ד ַײן‬

                          ‫אומגליק‪ ,‬װ ַײל אַ בלוטיקער מענטש ביסטו‪.‬‬

‫‪ 9‬האָט אַבֿי ַשי דער זון פֿון צרוָּיהן געזאָגט צום מלך‪ :‬פֿאַר װאָס זאָל‬
‫דער דאָזיקער טױטער הונט שילטן מ ַײן האַר דעם מלך? לאָמיך‪ ,‬איך‬
‫בעט דיך אַריבערגײן‪ ,‬און איך װעל אים דעם קאָפּ אַראָפּנעמען‪.‬‬
‫‪ 10‬האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬װאָס קער איך זיך אָן מיט א ַײך‪ ,‬זין פֿון‬
‫צרוָּיהן? אױב ער שילט‪ ,‬איז דאָס װ ַײל גאָט האָט אים געהײסן‪ :‬שילט‬

                     ‫ָד ִודן; און װער קען זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ?‬

‫‪ 11‬און דוד האָט געזאָגט צו אַבֿי ַשין און צו אַלע ז ַײנע קנעכט‪ :‬זע‪,‬‬
‫מ ַײן זון װאָס איז אַרױס פֿון מ ַײנע אינגעװײד זוכט מ ַײן לעבן‪ ,‬ה ַײנט‬
‫װי שױן אַצונד דער בנימינער? לאָזט אים‪ ,‬און זאָל ער שילטן‪,‬‬
‫װאָרום גאָט האָט אים געהײסן‪ 12 .‬אפֿשר װעט גאָט זען מ ַײן אױג‪,‬‬

    ‫און גאָט װעט מיר אומקערן גוטס פֿאַר ז ַײן קללהן ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬
   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46