Page 38 - Shmuel b
P. 38

‫שמוּאל ב‬

‫האָט אַ נדר געטאָן ד ַײן קנעכט װען איך בין געזעסן אין גשור אין‬
‫ארם‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב אומקערן װעט מיך גאָט אומקערן קײן‬
‫ירושלים‪ ,‬װעל איך דינען גאָט‪ 9 .‬האָט דער מלך צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‬

   ‫בשלום‪ .‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז געגאַנגען קײן חבֿרון‪.‬‬

‫‪ 10‬און אַבֿ ָשלום האָט געשיקט אױסקוקערס אין אַלע שבֿטים פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װי איר הערט דעם ָקול פֿון שופֿר‪ ,‬אַזױ זאָלט‬

                      ‫איר זאָגן‪ :‬אַבֿ ָשלום איז געװאָרן מלך אין חבֿרון‪.‬‬

‫‪ 11‬און מיט אַבֿ ָשלומען ז ַײנען געגאַנגען צװײ הונדערט מאַן פֿון‬
‫ירושלים‪ ,‬מיטגערופֿענע װאָס ז ַײנען געגאַנגען אומשולדיקערהײט;‬

                               ‫און זײ האָבן פֿון קײן זאַך ניט געװוּסט‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַבֿ ָשלום האָט געשיקט נאָך אַחיתּופֿל דעם גילוֹני‪ ,‬דעם ַב ַעל‪-‬‬
‫יועץ פֿון ָד ִודן‪ ,‬פֿון ז ַײן שטאָט‪ ,‬פֿון גילֹה‪ ,‬בעת ער האָט געשלאַכט די‬
‫שלאַכטאָפּפֿער‪ .‬און דער בונט איז געװען שטאַרק‪ ,‬און דאָס פֿאָלק‬

              ‫האָט זיך געהאַלטן אין אײן פֿאַרמערן אַרום אַבֿ ָשלומען‪.‬‬

‫‪ 13‬איז געקומען אַן אָנזאָגער צו ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬דאָס האַרץ פֿון‬
‫די מענער פֿון ישׂראל איז נאָך אַבֿ ָשלומען‪ 14 .‬און דוד האָט געזאָגט‬
‫צו אַלע ז ַײנע קנעכט װאָס מיט אים אין ירושלים‪ :‬שטײט אױף‪ ,‬און‬
‫לאָמיר אַנטלױפֿן‪ ,‬װאָרום מיר װעלן ניט האָבן קײן אַנטרינונג פֿון‬
‫אַבֿ ָשלומען‪ .‬א ַײלט זיך אַװעקצוגײן‪ ,‬כּדי ער זאָל זיך ניט אונטערא ַײלן‬
‫און אונדז אָניאָגן‪ ,‬און ברענגען אױף אונדז דאָס בײז‪ ,‬און שלאָגן די‬
‫שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד‪ 15 .‬האָבן די קנעכט פֿון מלך געזאָגט‬
‫צום מלך‪ :‬אַזױ װי אַלץ װאָס מ ַײן האַר דער מלך װעט אױסדערװײלן!‬

                                                ‫דאָ ז ַײנען ד ַײנע קנעכט‪.‬‬

‫‪ 16‬איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך‪ ,‬און ז ַײן גאַנץ הױזגעזינט נאָך אים‪.‬‬
‫און דער מלך האָט איבערגעלאָזן די צען קעפּסװ ַײבער צו היטן דאָס‬
‫הױז‪ 17 .‬און דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק‬
‫נאָך אים‪ ,‬און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין בית‪-‬מרחק‪ 18 .‬און אַלע‬
‫ז ַײנע קנעכט ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרב ַײ אים; און אַלע כּ ֵרתים‬
‫און אַלע פּ ֵלתים‪ ,‬און אַלע ַגתער‪ ,‬זעקס הונדערט מאַן װאָס ז ַײנען‬

    ‫געקומען הינטער אים פֿון ַגת‪ ,‬ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרן מלך‪.‬‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43