Page 36 - Shmuel b
P. 36
שמוּאל ב
22איז יוֹאָבֿ געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד ,און האָט זיך
געבוקט ,און האָט געבענטשט דעם מלך .און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט:
ה ַײנט װײס ד ַײן קנעכט אַז איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע
אױגן ,מ ַײן האַר מלך ,װאָרום דער מלך האָט געטאָן דעם פֿאַרלאַנג
פֿון ד ַײן קנעכט.
23און יוֹאָבֿ איז אױפֿגעשטאַנען ,און איז געגאַנגען קײן גשור ,און
האָט געבראַכט אַבֿ ָשלומען קײן ירושלים 24 .און דער מלך האָט
געזאָגט :זאָל ער פֿאַרקערן צו ז ַײן הױז ,אָבער מ ַײן פּנים זאָל ער ניט
זען.
האָט אַבֿ ָשלום פֿאַרקערט צו ז ַײן הױז ,און דעם מלכס פּנים האָט ער
ניט געזען.
25און אין גאַנץ ישׂראל איז ניט געװען אַזאַ שענער מאַן װי
אַבֿ ָשלום ,זײער צו רימען; פֿון ז ַײן פֿוסטריט ביז ז ַײן שפּיץ קאָפּ איז
אין אים ניט געװען אַ פֿעלער 26 .און אַז ער האָט אָפּגעשאָרן ז ַײן
קאָפּ – און געשען פֿלעגט עס פֿון ָסוף יאָר צו יאָר ,אַז ער זאָל זיך
אָפּשערן; װאָרום אַז עס איז אים צו שװער געװאָרן ,האָט ער עס
אָפּגעשאָרן – האָט ער אָפּגעװױגן די האָר פֿון ז ַײן קאָפּ מיט צװײ
הונדערט שקל אױפֿן מלכס געװיכט.
27און ב ַײ אַבֿ ָשלומען ז ַײנען געבאָרן געװאָרן דר ַײ זין ,און אײן
טאָכטער װאָס איר נאָמען איז געװען ָתּ ָמר .זי איז געװען אַ
װ ַײבספּאַרשױן פֿון אַ שײנעם אױסזען.
28און אַבֿ ָשלום איז געזעסן אין ירושלים צװײ יאָר צ ַײט ,און דעם
מלכס פּנים האָט ער ניט געזען 29 .האָט אַבֿ ָשלום געשיקט נאָך
יוֹאָבֿן ,כּדי אים צו שיקן צום מלך ,אָבער ער האָט ניט געװאָלט
קומען צו אים .האָט ער װידער געשיקט אַ צװײט מאָל ,און ער האָט
ניט געװאָלט קומען 30 .האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט :זעט,
יוֹאָבֿס שטיק פֿעלד איז לעבן מ ַײנעם ,און ער האָט דאָרטן גערשטן;
גײט און צינדט עס אָן אין פֿ ַײער .און די קנעכט פֿון אַבֿ ָשלומען האָבן
אָנגעצונדן דאָס שטיק פֿעלד אין פֿ ַײער.
31איז יוֹאָבֿ אױפֿגעשטאַנען ,און איז געקומען צו אַבֿ ָשלומען אין
הױז ,און האָט צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס האָבן ד ַײנע קנעכט