Page 32 - Shmuel b
P. 32
שמוּאל ב
20האָט צו איר געזאָגט איר ברודער אַבֿ ָשלום :איז אַמנוֹן ד ַײן
ברודער געװען מיט דיר? און אַצונד ,מ ַײן שװעסטער ,שװ ַײג ,װאָרום
ער איז ד ַײן ברודער; זאָלסט דיר ניט נעמען צום האַרצן די דאָזיקע
זאַך.
און ָתּ ָמר איז געזעסן אַ װיסטע אין איר ברודער אַבֿ ָשלומס הױז.
21און דער מלך דוד האָט געהערט אַלע די דאָזיקע זאַכן .און אים
האָט זײער געערגערט.
22און אַבֿ ָשלום האָט ניט גערעדט מיט אַמנוֹנען פֿון שלעכטס ביז
גוטס ,װאָרום אַבֿ ָשלום האָט פֿ ַײנט געקריגן אַמנוֹנען דערפֿאַר װאָס
ער האָט געפּ ַײניקט ז ַײן שװעסטער ָתּ ָמרן.
23און עס איז געװען אין צװײ יאָר צ ַײט אַרום ,האָט מען געשאָרן
ב ַײ אַבֿ ָשלומען אין ַב ַעל-חצור װאָס ב ַײ אפֿ ַר ִים ,און אַבֿ ָשלום האָט
פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון מלך 24 .און אַבֿ ָשלום איז געקומען צום מלך,
און האָט געזאָגט :אָט ,איך בעט דיך ,שערט מען ב ַײ ד ַײן קנעכט;
זאָל ,איך בעט דיך ,דער מלך און ז ַײנע קנעכט מיטגײן מיט ד ַײן
קנעכט 25 .האָט דער מלך געזאָגט צו אַבֿ ָשלומען :נײן ,מ ַײן זון,
לאָמיר אַקאָרשט ניט אַלע גײן ,כּדי מיר זאָלן ניט פֿאַלן צו שװער
אױף דיר .איז ער צוגעשטאַנען צו אים ,אָבער ער האָט ניט געװאָלט
גײן ,און ער האָט אים געבענטשט 26 .האָט אַבֿ ָשלום געזאָגט :אױב
ניט ,זאָל ,איך בעט דיך ,גײן מיט אונדז מ ַײן ברודער אַמנוֹן .האָט דער
מלך צו אים געזאָגט :נאָך װאָס זאָל ער גײן מיט דיר? 27איז
אַבֿ ָשלום צוגעשטאַנען צו אים ,און ער האָט געשיקט מיט אים
אַמנוֹנען און אַלע זין פֿון מלך.
28און אַבֿ ָשלום האָט באַפֿױלן ז ַײנע יונגען ,אַזױ צו זאָגן :זעט
אַקאָרשט ,װי אַמנוֹנס האַרץ איז פֿרײלעך פֿון װ ַײן ,און איך װעל א ַײך
זאָגן :שלאָגט אַמנוֹנען ,אַזױ זאָלט איר אים טײטן; איר זאָלט ניט
מורא האָבן ,װאָרום איך האָב דאָך א ַײך באַפֿױלן .שטאַרקט א ַײך און
ז ַײט העלדישע יונגען.
29האָבן די יונגען פֿון אַבֿ ָשלומען געטאָן צו אַמנוֹנען אַזױ װי
אַבֿ ָשלום האָט באַפֿױלן ,און אַלע זין פֿון מלך ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען,
און האָבן זיך געזעצט איטלעכער אױף ז ַײן מױלאײזל ,און ז ַײנען