Page 29 - Shmuel b
P. 29
שמוּאל ב
20איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד ,און ער האָט זיך געװאַשן
און געזאַלבט ,און איבערגעביטן ז ַײנע קלײדער; און ער איז געקומען
אין גאָטס הױז ,און האָט זיך געבוקט .און ער איז געקומען אין ז ַײן
הױז ,און האָט געבעטן ,און מע האָט געלײגט פֿאַר אים ברױט ,און
ער האָט געגעסן.
21האָבן ז ַײנע קנעכט צו אים געזאָגט :װאָס איז די דאָזיקע זאַך,
װאָס דו האָסט געטאָן? פֿון װעגן דעם קינד ,אַז עס האָט געלעבט,
האָסטו געפֿאַסט און געװײנט ,און װי דאָס קינד איז געשטאָרבן,
ביסטו אױפֿגעשטאַנען און האָסט געגעסן ברױט? 22האָט ער
געזאָגט :אַז דאָס קינד האָט נאָך געלעבט האָב איך געפֿאַסט און
געװײנט ,װ ַײל איך האָב געקלערט :װער װײס ,גאָט קען מיך
ל ַײטזעליקן ,און דאָס קינד װעט בל ַײבן לעבן 23 .אַצונד אָבער אַז ער
איז געשטאָרבן ,נאָך װאָס זאָל איך פֿאַסטן? צי קען איך אים װידער
אומקערן? איך גײ צו אים ,אָבער ער װעט זיך ניט אומקערן צו מיר.
24און דוד האָט געטרײסט ז ַײן װ ַײב בתֶ -שבֿען ,און ער איז געקומען
צו איר ,און איז געלעגן מיט איר .און זי האָט געבאָרן אַ זון ,און ער
האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען שלמה ,און גאָט האָט אים ליב געהאַט.
25און ער האָט געשיקט דורך נתן דעם נבֿיא ,און האָט גערופֿן ז ַײן
נאָמען ידידָיה פֿון װעגן גאָט.
26און יוֹאָבֿ האָט מלחמה געהאַלטן אױף ַר ָבה פֿון די קינדער פֿון
עמון ,און ער האָט באַצװוּנגען די מלוכה-שטאָט 27 .און יוֹאָבֿ האָט
געשיקט שלוחים צו ָד ִודן ,און האָט געזאָגט :איך האָב מלחמה
געהאַלטן אױף ַר ָבה ,אױך האָב איך באַצװוּנגען די װאַסערשטאָט.
28און אַצונד ,זאַמל א ַײן דאָס איבעריקע פֿאָלק ,און לעגער אױף
דער שטאָט ,און באַצװינג זי; אַזיסט װעל איך באַצװינגען די שטאָט,
און מ ַײן נאָמען װעט גערופֿן װערן אױף איר.
29האָט דוד א ַײנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק ,און ער איז געגאַנגען
קײן ַר ָבה ,און האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר ,און האָט זי
באַצװוּנגען 30 .און ער האָט אַראָפּגענומען ַמל ָכּמס קרױן פֿון ז ַײן
קאָפּ; און איר װאָג איז געװען אַ צענטנער גאָלד ,דערצו ט ַײער
געשטײן; און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף ָד ִודס קאָפּ .און רױב פֿון
דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל 31 .און דאָס פֿאָלק