Page 26 - Shmuel b
P. 26

‫שמוּאל ב‬

‫אַז דאָרטן ז ַײנען דאָ העלדישע ל ַײט‪ 17 .‬און די מענער פֿון שטאָט‬
‫ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יוֹאָבֿן‪ ,‬און‬
‫עס ז ַײנען געפֿאַלן פֿון דעם פֿאָלק‪ ,‬פֿון ָד ִודס קנעכט‪ ,‬און אױך אוּ ִריה‬

                                            ‫דער ִחתּי איז אומגעקומען‪.‬‬

‫‪ 18‬און יוֹאָבֿ האָט געשיקט און דערצײלט ָד ִודן אַלע געשעענישן פֿון‬
‫דער מלחמה‪ 19 .‬און ער האָט באַפֿױלן דעם ָש ִליח אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַז‬
‫דו ענדיקסט דערצײלן דעם מלך אַלע געשעענישן פֿון דער מלחמה‪,‬‬
‫‪ 20‬איז‪ ,‬אױב דער גרימצאָרן פֿון דעם מלך װעט אױפֿגײן‪ ,‬און ער װעט‬
‫זאָגן צו דיר‪ :‬נאָך װאָס האָט איר גענענט צו דער שטאָט מלחמה צו‬
‫האַלטן? האָט איר ניט געװוּסט אַז זײ װעלן שיסן פֿון דער מױער?‬
‫‪ 21‬װער האָט דערשלאָגן אַבֿי ֶמ ֶלך דעם זון פֿון ירוּ ֶב ֶשתן? האָט ניט אַ‬
‫פֿרױ אַראָפּגעװאָרפֿן אױף אים אַן אױבערשטן מילשטײן פֿון דער‬
‫מױער‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן אין תּבֿץ? נאָך װאָס האָט איר גענענט‬
‫צו דער מױער? – זאָלסטו זאָגן‪ :‬אױך ד ַײן קנעכט אוּ ִריה דער ִחתּי‬

                                                      ‫איז אומגעקומען‪.‬‬

‫‪ 22‬איז געגאַנגען דער ָש ִליח‪ ,‬און ער איז געקומען און האָט‬
‫דערצײלט ָד ִודן אַלץ װעגן װאָס יוֹאָבֿ האָט אים געשיקט‪ 23 .‬און דער‬
‫ָש ִליח האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬יאָ‪ ,‬די מענטשן ז ַײנען געװען שטאַרקער‬
‫פֿון אונדז‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען צו אונדז אין פֿעלד‪ ,‬און מיר‬
‫האָבן זיך געלאָזט אױף זײ ביזן א ַײנגאַנג פֿון טױער‪ 24 .‬און די‬
‫שיסערס האָבן געשאָסן אױף ד ַײנע קנעכט פֿון דער מױער‪ ,‬און עס‬
‫ז ַײנען אומגעקומען פֿון דעם מלכס קנעכט‪ ,‬און אױך ד ַײן קנעכט‬

                                     ‫אוּ ִריה דער ִחתּי איז אומגעקומען‪.‬‬

‫‪ 25‬האָט דוד געזאָגט צום ָש ִליח‪ :‬אַזױ זאָלסטו זאָגן צו יוֹאָבֿן‪ :‬״זאָל‬
‫ניט ז ַײן פֿאַרדראָסיק אין ד ַײנע אױגן די דאָזיקע זאַך‪ ,‬װאָרום די‬
‫שװערד פֿאַרצערט‪ ,‬אַזױ צי אַזױ; האַלט אָן ד ַײן מלחמה אַקעגן דער‬

                          ‫שטאָט‪ ,‬און צעשטער זי״; און שטאַרק אים‪.‬‬

‫‪ 26‬און די װ ַײב פֿון אוּ ִריה דעם ִחתּי האָט געהערט אַז איר מאַן אוּ ִריה‬
‫איז טױט‪ ,‬און זי האָט געקלאָגט אױף איר מאַן‪ 27 .‬און װי די אַבֿלות‬
‫איז אַריבער‪ ,‬אַזױ האָט דוד געשיקט און האָט זי אַר ַײנגענומען אין‬
‫ז ַײן הױז‪ ,‬און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װ ַײב‪ .‬און זי האָט אים‬

                                                          ‫געבאָרן אַ זון‪.‬‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31