Page 23 - Shmuel b
P. 23

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 6‬האָבן די קינדער פֿון עמון געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט ב ַײ‬
‫ָד ִודן‪ ,‬און די קינדער פֿון עמון האָבן געשיקט און געדונגען ארם פֿון‬
‫בית‪-‬רחובֿ‪ ,‬און ארם פֿון צוֹבֿאָ‪ ,‬צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער‪ ,‬און דעם‬
‫מלך פֿון מעכה מיט טױזנט מאַן‪ ,‬און די מענער פֿון טובֿ‪ ,‬צװעלף‬

                                                            ‫טױזנט מאַן‪.‬‬

‫‪ 7‬האָט דוד דערהערט‪ ,‬און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן און דעם גאַנצן‬
                                                        ‫חיל‪ ,‬די גבורים‪.‬‬

‫‪ 8‬און די קינדער פֿון עמון ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן‬
‫אָנגעריכט אַ מלחמה ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון טױער; און ארם פֿון צוֹבֿאָ‬
‫און רחובֿ‪ ,‬און די מענער פֿון טובֿ און פֿון מעכה‪ ,‬ז ַײנען געװען‬
‫באַזונדער אין פֿעלד‪ 9 .‬און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער‬
‫מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער‬
‫אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון ישׂראל‪ ,‬און אױסגעשטעלט‬
‫אַקעגן ארם‪ 10 .‬און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער‬
‫האַנט פֿון ז ַײן ברודער אַבֿי ַשין‪ ,‬און אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער‬
‫פֿון עמון‪ 11 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬אױב ארם װעט ז ַײן שטאַרקער‬
‫פֿון מיר‪ ,‬װעסטו מיר ז ַײן צו הילף‪ ,‬און אױב די קינדער פֿון עמון‬
‫װעלן ז ַײן שטאַרקער פֿון דיר‪ ,‬װעל איך דיר גײן העלפֿן‪ 12 .‬ז ַײ‬
‫שטאַרק‪ ,‬און לאָמיר זיך שטאַרקן‪ ,‬פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די‬
‫שטעט פֿון אונדזער גאָט; און זאָל יהוה טאָן װאָס איז גוט אין ז ַײנע‬

                                                                  ‫אױגן‪.‬‬

‫‪ 13‬און יוֹאָבֿ און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט‬
‫אױף מלחמה קעגן ארם‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים‪ 14 .‬און װי‬
‫די קינדער פֿון עמון האָבן געזען אַז ארם איז אַנטלאָפֿן‪ ,‬אַזױ ז ַײנען‬
‫זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אַבֿי ַשין‪ ,‬און ז ַײנען אַר ַײן אין שטאָט‪ .‬און יוֹאָבֿ‬
‫האָט זיך אומגעקערט פֿון די קינדער פֿון עמון‪ ,‬און איז געקומען קײן‬

                                                               ‫ירושלים‪.‬‬

‫‪ 15‬און ארם האָט געזען אַז ער איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל‪,‬‬
‫און זײ האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אין אײנעם‪ 16 .‬און ַה ַדד ֶעֶזר האָט‬
‫געשיקט און אַרױסגעבראַכט ארם װאָס פֿון יענער ז ַײט ט ַײך; און זײ‬
‫ז ַײנען געקומען קײן ֵחי ֶלם‪ ,‬מיט שוֹבֿך דעם חיל‪-‬פֿירער פֿון ַה ַדד ֶעֶזרן‬

                                                             ‫זײ פֿאַרױס‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28