Page 24 - Shmuel b
P. 24
שמוּאל ב
17איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָד ִודן ,און ער האָט א ַײנגעזאַמלט גאַנץ
ישׂראל ,און איז אַריבער דעם ירדן ,און געקומען קײן ֵחי ֶלם .און ארם
האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן ָד ִודן ,און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן
מיט אים 18 .און ארם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר ישׂראל ,און דוד האָט
געהרגעט פֿון ארם זיבן הונדערט אױף ר ַײטװעגן ,און פֿערציק טױזנט
ר ַײטער; און שוֹבֿך זײער חיל-פֿירער האָט ער געשלאָגן ,און ער איז
דאָרטן געשטאָרבן.
19און אַלע מלכים ,די קנעכט פֿון ַה ַדד ֶעֶזרן ,האָבן געזען אַז זײ ז ַײנען
געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל ,און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט
ישׂראל ,און האָבן זײ געדינט .און ארם האָט מורא געהאַט װידער צו
העלפֿן די קינדער פֿון עמון.
1און עס איז געװען ב ַײם אומקער פֿון יאָר ,אין דער צ ַײט
װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה ,האָט דוד געשיקטיא
יוֹאָבֿן און ז ַײנע קנעכט מיט אים ,און גאַנץ ישׂראל ,און זײ האָבן
פֿאַרװיסט די קינדער פֿון עמון ,און האָבן געלעגערט אױף ַר ָבה .און
דוד איז געזעסן אין ירושלים.
2און עס איז געװען קעגן אָװנטצ ַײט ,איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון
ז ַײן געלעגער ,און איז אַרומגעגאַנגען אױפֿן דאַך פֿון מלכס הױז ,און
האָט געזען פֿון דאַך אַ פֿרױ זיך באָדן; און די פֿרױ איז געװען זײער
שײן פֿון אױסזען.
3האָט דוד געשיקט און זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דער פֿרױ ,און מע
האָט געזאָגט :דאָס איז דאָך ַבתֶ -שבֿע ,די טאָכטער פֿון ֶאל ִי ָעמען ,די
װ ַײב פֿון אוּ ִריה דעם ִחתּי 4 .האָט דוד געשיקט שלוחים און האָט זי
געלאָזט ברענגען ,און זי איז צו אים געקומען ,און ער איז געלעגן
מיט איר; און זי האָט זיך נאָר װאָס געהאַט גערײניקט פֿון איר
אומרײנקײט .און זי האָט זיך אומגעקערט אין איר הױז.
5און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן ,און זי האָט געשיקט און
דערצײלט ָד ִודן ,און געזאָגט :איך בין טראָגעדיק.