Page 25 - Shmuel b
P. 25
שמוּאל ב
6האָט דוד געשיקט צו יוֹאָבֿן :שיק צו מיר אוּ ִריה דעם ִחתּי .און
יוֹאָבֿ האָט געשיקט אוּ ִריהן צו ָד ִודן 7 .איז אוּ ִריה צו אים געקומען,
און דוד האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דעם פֿריד פֿון יוֹאָבֿן ,און אױף
דעם פֿריד פֿון פֿאָלק ,און אױף דעם גאַנג פֿון דער מלחמה 8 .און דוד
האָט געזאָגט צו אוּ ִריהן :נידער אַראָפּ צו ד ַײן הױז ,און װאַש ד ַײנע
פֿיס.
איז אוּ ִריה אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז ,און נאָך אים איז
אַרױסגעגאַנגען אַ שפּ ַײזגעשאַנק פֿון דעם מלך 9 .אָבער אוּ ִריה האָט
זיך געלײגט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון מלכס הױז מיט אַלע קנעכט פֿון ז ַײן
האַר ,און האָט ניט אַראָפּגענידערט צו ז ַײן הױז.
10האָט מען דערצײלט ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :אוּ ִריה האָט ניט
אַראָפּגענידערט צו ז ַײן הױז .און דוד האָט געזאָגט צו אוּ ִריהן :דו
קומסט דאָך פֿון װעג ,פֿאַר װאָס האָסטו ניט אַראָפּגענידערט צו ד ַײן
הױז? 11האָט אוּ ִריה געזאָגט צו ָד ִודן :דער אָרון פֿון ישׂראל און
יהוּדה זיצן אין ב ַײדלעך ,און מ ַײן האַר יוֹאָבֿ און די קנעכט פֿון מ ַײן
האַר לאַגערן אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד ,און איך זאָל קומען אין מ ַײן הױז צו
עסן און צו טרינקען ,און צו ליגן מיט מ ַײן װ ַײב? אַזױ װי דו לעבסט,
און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט ,אױב איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך!
12האָט דוד געזאָגט צו אוּ ִריהן :בל ַײב דאָ אױך ה ַײנט ,און מאָרגן
װעל איך דיך אַװעקשיקן.
איז אוּ ִריה געבליבן אין ירושלים יענעם טאָג און אױף מאָרגן 13 .און
דוד האָט אים גערופֿן ,און ער האָט געגעסן ב ַײ אים און געטרונקען:
און ער האָט אים אָנגעשיכּורט .אָבער אין אָװנט איז ער
אַרױסגעגאַנגען זיך לײגן אױף ז ַײן געלעגער מיט די קנעכט פֿון ז ַײן
האַר ,און צו ז ַײן הױז האָט ער ניט אַראָפּגענידערט.
14און עס איז געװען אין דער פֿרי ,האָט דוד געשריבן אַ בריװ צו
יוֹאָבֿן ,און געשיקט דורך דער האַנט פֿון אוּ ִריהן 15 .און ער האָט
געשריבן אין דעם בריװ אַזױ צו זאָגן :שטעל אוּ ִריהן אַקעגן דעם
פֿראָנט פֿון דער שטאַרקסטער מלחמה ,און קערט א ַײך אָפּ פֿון
הינטער אים ,כּדי ער זאָל געשלאָגן װערן און שטאַרבן.
16און עס איז געװען ,אַז יוֹאָבֿ האָט געװאַכט אױף דער שטאָט ,האָט
ער אַװעקגעשטעלט אוּ ִריהן אױף דעם אָרט װאָס ער האָט געװוּסט