Page 28 - Shmuel b
P. 28
שמוּאל ב
פֿון די קינדער פֿון עמון 10 .און אַצונד ,זאָל זיך אױף אײביק ניט
אָפּטאָן אַ שװערד פֿון ד ַײן הױז ,דערפֿאַר װאָס דו האָסט מיך
פֿאַראַכט ,און האָסט גענומען די װ ַײב פֿון אוּ ִריה דעם ִחתּי דיר צו
ז ַײן פֿאַר אַ װ ַײב 11 .אַזױ האָט גאָט געזאָגט :זע ,איך שטעל-אױף
אױף דיר אַן אומגליק פֿון ד ַײן הױז ,און איך װעל נעמען ד ַײנע װ ַײבער
פֿאַר ד ַײנע אױגן ,און זײ געבן צו אַן אַנדערן ,און ער װעט ליגן מיט
ד ַײנע װ ַײבער פֿאַר די אױגן פֿון דער דאָזיקער זון 12 .װאָרום דו
האָסט געטאָן אין פֿאַרבאָרגעניש ,און איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך
פֿאַר גאַנץ ישׂראל ,און פֿאַר דער זון.
13האָט דוד געזאָגט צו נתנען :איך האָב געזינדיקט צו גאָט .האָט
נתן געזאָגט :גאָט האָט אױך אָפּגעטאָן ד ַײן זינד; װעסט ניט שטאַרבן.
14אָבער װ ַײל לעסטערן האָסטו געלעסטערט די פֿ ַײנט פֿון גאָט מיט
דער דאָזיקער זאַך ,װעט אױך דאָס קינד װאָס איז דיר געבאָרן
געװאָרן ,זיכער שטאַרבן.
און נתן איז אַװעקגעגאַנגען צו ז ַײן הױז.
15און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס קינד װאָס אוּ ִריהס װ ַײב האָט
געבאָרן ָד ִודן ,און ער איז געװאָרן חרובֿ 16 .האָט דוד געבעטן גאָט
פֿאַר דעם י ִינגל ,און דוד האָט געפֿאַסט אַ פֿאַסטונג ,און אַז ער
פֿלעגט אַהײם קומען ,פֿלעגט ער נעכטיקן ליגנדיק אױף דער ערד.
17ז ַײנען צוגעשטאַנען צו אים אַלע עלטסטע פֿון ז ַײן הױז ,אים צו
מאַכן אױפֿשטײן פֿון דער ערד ,אָבער ער האָט ניט געװאָלט ,און ער
האָט ניט געגעסן מיט זײ קײן ברױט.
18און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג ,איז דאָס קינד געשטאָרבן,
און ָד ִודס קנעכט האָבן מורא געהאַט אים אױסצוזאָגן אַז דאָס קינד
איז געשטאָרבן; װאָרום זײ האָבן געזאָגט :זע ,אַז דאָס קינד האָט
געלעבט ,האָבן מיר צו אים גערעדט ,און ער האָט ניט צוגעהערט צו
אונדזער ָקול ,ה ַײנט װי װעלן מיר זאָגן צו אים :דאָס קינד איז
געשטאָרבן? ער װעט זיך נאָך אָנטאָן עפּעס בײז.
19האָט דוד געזען אַז ז ַײנע קנעכט שושקן זיך ,און דוד האָט
פֿאַרשטאַנען אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן ,און דוד האָט געזאָגט צו
ז ַײנע קנעכט :איז דאָס קינד געשטאָרבן? האָבן זײ געזאָגט:
געשטאָרבן.