Page 31 - Shmuel b
P. 31

‫שמוּאל ב‬

‫צובאַרײט פֿאַר ז ַײנע אױגן‪ ,‬און געבאַקט די פֿאַנקוכנס‪ 9 .‬און זי‬
‫האָט גענומען די פֿאַן‪ ,‬און האָט אױסגעגאָסן פֿאַר אים; אָבער ער‬
‫האָט ניט געװאָלט עסן‪ .‬און אַמנוֹן האָט געזאָגט‪ :‬פֿירט אַרױס‬
‫אַלע מענטשן פֿון מיר‪ .‬ז ַײנען אַלע מענטשן אַרױסגעגאַנגען פֿון‬
‫אים‪ 10 .‬און אַמנוֹן האָט געזאָגט צו ָתּ ָמרן‪ :‬ברענג דאָס עסן אין‬
‫קאַמער‪ ,‬און איך װעל עסן פֿון ד ַײן האַנט‪ .‬האָט ָתּ ָמר גענומען די‬
‫פֿאַנקוכנס װאָס זי האָט געמאַכט‪ ,‬און אַר ַײנגעבראַכט צו איר ברודער‬
‫אַמנוֹנען אין קאַמער‪ 11 .‬און װי זי האָט אים דערלאַנגט צום עסן‪,‬‬
‫אַזױ האָט ער זי אָנגענומען‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬קום ליג מיט מיר‪,‬‬
‫מ ַײן שװעסטער‪ 12 .‬האָט זי צו אים געזאָגט‪ :‬ניט‪ ,‬מ ַײן ברודער!‬
‫זאָלסט מיך ניט פּ ַײניקן‪ ,‬װאָרום אַזױ װערט ניט געטאָן אין‬
‫ישׂראל; זאָלסט ניט טאָן די דאָזיקע נבֿלה‪ 13 .‬און איך‪ ,‬װוּ װעל איך‬
‫אַהינטאָן מ ַײן חרפּה? און דו װעסט ז ַײן אַזױ װי אײנער פֿון די‬
‫נידערטרעכטיקע אין ישׂראל‪ .‬און אַצונד‪ ,‬רעד‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬

                ‫צום מלך‪ ,‬װאָרום ער װעט מיך ניט פֿאַרמ ַײדן פֿון דיר‪.‬‬

‫‪ 14‬אָבער ער האָט ניט געװאָלט צוהערן צו איר ָקול‪ ,‬און ער האָט זי‬
 ‫איבערגעשטאַרקט‪ ,‬און האָט זי געפּ ַײניקט‪ ,‬און איז געלעגן מיט איר‪.‬‬

‫‪ 15‬און אַמנוֹן האָט זי פֿ ַײנט געקריגן זײער אַ גרױס פֿ ַײנטשאַפֿט;‬
‫װאָרום די פֿ ַײנטשאַפֿט װאָס ער האָט זי פֿ ַײנט געקריגן‪ ,‬איז געװען‬
‫גרעסער פֿון דער ליבשאַפֿט װאָס ער האָט זי ליב געהאַט‪ .‬און אַמנוֹן‬
‫האָט צו איר געזאָגט‪ :‬שטײ אױף‪ ,‬גײ‪ 16 .‬האָט זי צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫ניטע! װאָרום דאָס דאָזיקע בײז מיך אַװעקצושיקן איז נאָך גרעסער‬

                     ‫װי דאָס אַנדערע װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר‪.‬‬

‫אָבער ער האָט ניט געװאָלט צוהערן צו איר‪ 17 .‬און ער האָט גערופֿן‬
‫ז ַײן יונג‪ ,‬ז ַײן משרת‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬שיקט אַקאָרשט אַרױס די‬
‫דאָזיקע פֿון מיר דרױסן‪ ,‬און פֿאַרשליס די טיר הינטער איר‪ 18 – .‬און‬
‫זי האָט געהאַט אױף זיך אַ געשטר ַײפֿט קלײד‪ ,‬װאָרום אַזעלכע‬
‫מאַנטלען פֿלעגן טראָגן דעם מלכס טעכטער די יונגפֿרױען‪ – .‬האָט‬
‫ז ַײן משרת זי אַרױסגעפֿירט דרױסן‪ ,‬און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר‬
‫הינטער איר‪ 19 .‬און ָתּ ָמר האָט גענומען אַש אױף איר קאָפּ‪ ,‬און דאָס‬
‫געשטר ַײפֿטע קלײד װאָס אױף איר האָט זי צעריסן‪ ,‬און זי האָט‬
‫אַרױפֿגעטאָן איר האַנט אױף איר קאָפּ‪ ,‬און איז געגאַנגען און‬

                                                     ‫גײענדיק געשר ִיען‪.‬‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36