Page 33 - Shmuel b
P. 33

‫שמוּאל ב‬

‫אַנטלאָפֿן‪ 30 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ ז ַײנען אונטער װעגנס‪ ,‬אַזױ‬
‫איז די הערונג אָנגעקומען צו ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַבֿ ָשלום האָט‬

  ‫דערשלאָגן אַלע זין פֿון מלך‪ ,‬און ניט געבליבן פֿון זײ אַן אײנציקער‪.‬‬

‫‪ 31‬איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ער האָט צעריסן ז ַײנע קלײדער‪,‬‬
‫און האָט זיך געלײגט אױף דער ערד; און אַלע ז ַײנע קנעכט ז ַײנען‬
‫געשטאַנען מיט צעריסענע קלײדער‪ 32 .‬האָט זיך אָפּגערופֿן יוָנדבֿ‬
‫דער זון פֿון ִש ָמה‪ָ ,‬ד ִודס ברודער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬זאָל ניט מײנען‬
‫מ ַײן האַר‪ ,‬אַלע יונגעל ַײט‪ ,‬די זין פֿון מלך‪ ,‬האָט מען געטײט‪ ,‬װאָרום‬
‫בלױז אַמנוֹן איז טױט; װ ַײל דאָס איז געװען אָפּגעמאַכט פֿון‬
‫אַבֿ ָשלומס מױל פֿון דעם טאָג װאָס ער האָט געפּ ַײניקט ז ַײן‬
‫שװעסטער ָתּ ָמרן‪ 33 .‬און אַצונד זאָל מ ַײן האַר דער מלך זיך ניט‬
‫נעמען די זאַך צום האַרצן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַלע זין פֿון מלך ז ַײנען‬

                                  ‫טױט‪ ,‬װאָרום בלױז אַמנוֹן איז טױט‪.‬‬

                                        ‫‪ 34‬און אַבֿ ָשלום איז אַנטלאָפֿן‪.‬‬

‫און דער יונג דער װעכטער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן און געזען‪,‬‬
‫ערשט פֿיל פֿאָלק גײען פֿון דעם װעג הינטער אים‪ ,‬פֿון ז ַײט באַרג‪35 .‬‬
‫און יוָנדבֿ האָט געזאָגט צום מלך‪ :‬אָן ז ַײנען געקומען דעם מלכס זין‪.‬‬

                 ‫אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ד ַײן קנעכט‪ ,‬אַזױ איז געװען‪.‬‬

‫‪ 36‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ער ענדיקט רעדן‪ ,‬ערשט דעם מלכס זין‬
‫ז ַײנען אָנגעקומען‪ ,‬און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער ָקול און האָבן‬
‫געװײנט‪ ,‬און אױך דער מלך און אַלע ז ַײנע קנעכט האָבן געװײנט‬

                                                  ‫זײער אַ גרױס געװײן‪.‬‬

‫‪ 37‬און אַבֿ ָשלום איז אַנטלאָפֿן‪ ,‬און איז אַװעק צו ַתּל ַמי דעם זון פֿון‬
‫ַעמיהודן‪ ,‬דעם מלך פֿון גשור‪ .‬און ]דוד[ האָט געטרױערט אױף ז ַײן זון‬

                                                              ‫אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 38‬אַזױ איז אַבֿ ָשלום אַנטלאָפֿן‪ ,‬און איז אַװעק קײן גשור‪ ,‬און ער איז‬
                                                ‫דאָרטן געװען דר ַײ יאָר‪.‬‬

‫‪ 39‬און ]דאָס האַרץ פֿון[ דוד המלך איז אױסגעגאַנגען פֿון בענקשאַפֿט‬
‫נאָך אַבֿ ָשלומען‪ ,‬װאָרום ער האָט זיך שױן געטרײסט װעגן אַמנוֹנען‪,‬‬

                                                     ‫װאָס ער איז טױט‪.‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38