Page 37 - Shmuel b
P. 37
שמוּאל ב
אָנגעצונדן מ ַײן שטיק פֿעלד אין פֿ ַײער? 32האָט אַבֿ ָשלום געזאָגט צו
יוֹאָבֿן :זע ,איך האָב געשיקט צו דיר ,אַזױ צו זאָגן :קום אַהער ,און
איך װעל דיך שיקן צום מלך ,אַזױ צו זאָגן :נאָך װאָס בין איך
געקומען פֿון גשור? בעסער פֿאַר מיר ,איך זאָל נאָך דאָרטן ז ַײן .און
אַצונד ,לאָמיך זען דעם פּנים פֿון מלך ,און אױב אין מיר איז דאָ אַ
פֿאַרברעך ,זאָל ער מיך טײטן.
33איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך ,און האָט אים דערצײלט .האָט ער
גערופֿן אַבֿ ָשלומען ,און ער איז געקומען צום מלך ,און האָט זיך
געבוקט אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד פֿאַרן מלך .און דער מלך האָט
געקושט אַבֿ ָשלומען.
1און עס איז געװען נאָך דעם ,האָט זיך אַבֿ ָשלום
א ַײנגעשאַפֿט אַ ר ַײטװאָגן און פֿערד ,און פֿופֿציק מאַן װאָסטו
ז ַײנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס 2 .און אַבֿ ָשלום פֿלעגט זיך פֿעדערן ,און
פֿלעגט זיך שטעלן ב ַײם װעג פֿון טױער; און עס איז געװען,
יעטװעדער מאַן װאָס פֿלעגט האָבן אַ קריג װאָס דאַרף קומען צום
מלך פֿאַר אַ משפּט ,האָט אַבֿ ָשלום גערופֿן צו אים און געזאָגט :פֿון
װאָסער שטאָט ביסטו? האָט יענער געזאָגט :פֿון אײנעם פֿון די
שבֿטים פֿון ישׂראל איז ד ַײן קנעכט 3 .האָט אַבֿ ָשלום צו אים
געזאָגט :זע ,ד ַײנע טענות ז ַײנען גוטע און גערעכטע ,אָבער קײנער
פֿון מלך װעט דיר ניט צוהערן 4 .און אַבֿ ָשלום האָט געזאָגט :הלװאי
מאַכט מען מיך פֿאַר אַ שופֿט אין לאַנד ,און צו מיר זאָל קומען
יעטװעדער מאַן װאָס האָט אַ קריג און אַ משפּט; איך װאָלט אים
שױן געטאָן גערעכטיקײט.
5און עס איז געװען ,װי אַ מאַן האָט גענענט זיך צו בוקן צו אים,
אַזױ פֿלעגט ער אױסשטרעקן ז ַײן האַנט ,און אים אָננעמען ,און אים
קושן 6 .און אַבֿ ָשלום האָט געטאָן אַזױ װי די דאָזיקע זאַך צו גאַנץ
ישׂראל װאָס פֿלעגן קומען פֿאַר אַ משפּט צום מלך .און אַבֿ ָשלום
האָט געגנבֿעט דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון ישׂראל.
7און עס איז געװען צום ָסוף פֿון פֿערציק יאָר ,האָט אַבֿ ָשלום
געזאָגט צום מלך :לאָמיך גײן ,איך בעט דיך ,און באַצאָלן מ ַײן נדר
װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן צו גאָט ,אין חבֿרון 8 .װאָרום אַ נדר