Page 40 - Shmuel b
P. 40
שמוּאל ב
און געװײנט ,און ז ַײן קאָפּ איז געװען פֿאַרדעקט ,און ער איז
געגאַנגען באָרװעס; און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן
פֿאַרדעקט איטלעכער ז ַײן קאָפּ ,און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען ,און
אַרױפֿגײענדיק געװײנט.
31האָט מען דערצײלט ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :אַחיתּופֿל איז צװישן די
װאָס בונטעװען זיך מיט אַבֿ ָשלומען .און דוד האָט געזאָגט :איך בעט
דיך ,גאָט ,באַנאַריש די עצה פֿון אַחיתּופֿלן.
32און עס איז געװען ,װי דוד איז געקומען ביז דעם שפּיץ װאָס מע
בוקט זיך דאָרטן צו גאָט ,ערשט אים קומט אַנטקעגן חוּ ַשי ,דער
אַרכּי ,מיט ז ַײן העמדל צעריסן ,און ערד אױף ז ַײן קאָפּ 33 .האָט דוד
צו אים געזאָגט :אַז דו גײסט אַריבער מיט מיר ,װעסטו ז ַײן אױף מיר
אַ לאַסט 34 .אָבער אַז דו װעסט זיך אין שטאָט אומקערן ,און װעסט
זאָגן צו אַבֿ ָשלומען :״איך װעל ז ַײן ד ַײן קנעכט ,מלך; ד ַײן פֿאָטערס
קנעכט בין איך געװען פֿון אַ מאָל אָן ,און אַצונד בין אין ד ַײן
קנעכט״ ,װעסטו מיר פֿאַרשטערן די עצה פֿון אַחיתּופֿלן 35 .און מיט
דיר ז ַײנען דאָך דאָרטן ָצדוֹק און אבֿיתר די כּהנים; איז ,איטלעך
װאָרט װאָס דו װעסט הערן פֿון מלכס הױז ,זאָלסטו דערצײלן ָצדוֹק
און אבֿיתר די כּהנים 36 .זע ,דאָרטן ז ַײנען דאָ מיט זײ זײערע בײדנס
זין ,אַחי ַמ ַעץ ָצדוֹקס און יהונתן אבֿיתרס ,װעט איר דורך זײ מיר
צושיקן איטלעך װאָרט װאָס איר װעט הערן.
37און חוּ ַשיָ ,ד ִודס גוטער פֿר ַײנט ,איז געקומען אין שטאָט ,װען
אַבֿ ָשלום האָט געזאָלט אָנקומען אין ירושלים.
1און װי דוד איז געװען אַ ביסל אַװעקגעגאַנגען פֿון
שפּיץ ,ערשט ציבֿאָ דער יונג פֿון מפֿיבֿוֹשתן קומט איםטז
אַנטקעגן מיט אַ פּאָר געזאָטלטע אײזלען ,און אױף זײ צװײ הונדערט
ברױטן ,און הונדערט בינטלעך ראָזינקעס ,און הונדערט בינטלעך
זומערױפּס ,און אַ לאָגל װ ַײן.
2האָט דער מלך געזאָגט צו ציבֿאָן :צו װאָס ז ַײנען די דאָזיקע ב ַײ
דיר? האָט ציבֿאָ געזאָגט :די אײזלען פֿאַר דעם מלכס הױזגעזינט צו
ר ַײטן ,און דאָס ברױט און די זומערױפּס פֿאַר די יונגען צום עסן ,און