Page 45 - Shmuel b
P. 45

‫שמוּאל ב‬

‫און זײ האָבן געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬שטײט אױף און גײט אַריבער אױף גיך‬
      ‫דעם װאַסער‪ ,‬װאָרום אַזױ האָט אַחיתּופֿל גע ֵע ֶצהט אַקעגן א ַײך‪.‬‬

‫‪ 22‬איז אױפֿגעשטאַנען דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן; ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן‬
‫האָט צו מאָל אײנער ניט געפֿעלט װאָס איז ניט אַריבערגעגאַנגען‬

                                                              ‫דעם ירדן‪.‬‬

‫‪ 23‬און אַחיתּופֿל האָט געזען אַז ז ַײן עצה איז ניט געטאָן געװאָרן‪ ,‬און‬
‫ער האָט אָנגעזאָטלט דעם אײזל‪ ,‬און איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז‬
‫אַװעק צו ז ַײן הױז‪ ,‬צו ז ַײן שטאָט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט ז ַײן ַצ ָװ ֶאה צו‬
‫ז ַײן הױזגעזינט‪ ,‬און האָט זיך אױפֿגעהאַנגען; און ער איז געשטאָרבן‪,‬‬

             ‫און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון ז ַײן פֿאָטער‪.‬‬

‫‪ 24‬און דוד איז אָנגעקומען קײן ַמחַנ ִים; און אַבֿ ָשלום איז‬
‫אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן‪ ,‬ער און אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס‬
‫מיט אים‪ 25 .‬און ַע ָמשׂאן האָט אַבֿ ָשלום אױפֿגעזעצט אױף יוֹאָבֿס‬
‫אָרט איבערן חיל‪ .‬און ַע ָמשׂא איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן מיטן‬
‫נאָמען ִיתראָ דער ישׂראלי‪ ,‬װאָס איז געקומען צו אַבֿיַג ִיל דער‬
‫טאָכטער פֿון ָנחשן‪ ,‬אַ שװעסטער פֿון צרוָּיה‪ ,‬יוֹאָבֿס מוטער‪ 26 .‬און‬

                ‫ישׂראל און אַבֿ ָשלום האָבן געלאַגערט אין לאַנד ִגל ָעד‪.‬‬

‫‪ 27‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דוד איז אָנגעקומען קײן ַמחַנ ִים‪ ,‬אַזױ‬
‫]האָט[ שוֹבֿי דער זון פֿון ָנחשן‪ ,‬פֿון ַר ָבה פֿון די קינדער פֿון עמון‪ ,‬און‬
‫מכיר דער זון פֿון ַעמי ֵאלן‪ ,‬פֿון לוֹ‪-‬דבֿר‪ ,‬און ַבר ִז ַלי דער ִגל ָעדער פֿון‬
‫רוֹגלים‪ 28 ,‬געבראַכט בעטגעװאַנט‪ ,‬און בעקנס‪ ,‬און לײמענע כּלים‪,‬‬
‫און װײץ און גערשטן‪ ,‬און מעל‪ ,‬און געברענטע זאַנגען‪ ,‬און בעבלעך‪,‬‬
‫און לינדזן‪ ,‬און געברענטע אַרבעס‪ 29 ,‬און האָניק‪ ,‬און שמאַנט‪ ,‬און‬
‫שאָף‪ ,‬און רינדערנע קעז‪ ,‬פֿאַר ָד ִודן און פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס מיט‬
‫אים‪ ,‬צום עסן; װאָרום זײ האָבן געזאָגט‪ :‬דאָס פֿאָלק איז הונגעריק‬

                                ‫און מיד און דאָרשטיק אין דער מדבר‪.‬‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50