Page 49 - Shmuel b
P. 49

‫שמוּאל ב‬

‫װען יוֹאָבֿ האָט אַװעקגעשיקט דעם מלכס קנעכט‪ ,‬און מיך ד ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬אָבער איך האָב ניט געװוּסט װאָס‪ 30 .‬האָט דער מלך‬
‫געזאָגט‪ :‬דרײ זיך אום‪ ,‬שטעל זיך דאָ‪ .‬האָט ער זיך אומגעדרײט‪ ,‬און‬

                                                        ‫איז געשטאַנען‪.‬‬

‫‪ 31‬ערשט דער כּושי קומט אָן; און דער כּושי האָט געזאָגט‪ :‬זאָל אַ‬
‫בשׂורה האָבן מ ַײן האַר דער מלך‪ ,‬אַז גאָט האָט זיך ה ַײנט‬
‫אָפּגערעכנט פֿאַר דיר פֿון דער האַנט פֿון אַלע װאָס ז ַײנען‬
‫אױפֿגעשטאַנען אױף דיר‪ 32 .‬האָט דער מלך געזאָגט צו דעם כּושי‪:‬‬
‫איז פֿריד צו דעם יונג‪ ,‬צו אַבֿ ָשלומען? האָט דער כּושי געזאָגט‪ :‬זאָל‬
‫װערן פֿון די ָשׂונאים פֿון מ ַײן האַר דעם מלך‪ ,‬און פֿון אַלע װאָס‬

          ‫ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אױף דיר צום בײזן‪ ,‬װי פֿון דעם יונג‪.‬‬

‫‪ 1‬האָט דער מלך אױפֿגעציטערט‪ ,‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען‬

‫אין דער אױבערשטוב פֿון טױער‪ ,‬און האָט געװײנט; אוןיט‬

‫גײענדיק האָט ער אַזױ געזאָגט‪ :‬מ ַײן זון אַבֿ ָשלום‪ ,‬זון מ ַײנער‪,‬‬
‫אַבֿ ָשלום מ ַײן זון! הלװאי װאָלט איך געשטאָרבן אַנשטאָט דיר‪,‬‬

                                          ‫אַבֿ ָשלום מ ַײן זון‪ ,‬זון מ ַײנער!‬

‫‪ 2‬איז אָנגעזאָגט געװאָרן יוֹאָבֿן‪ :‬זע‪ ,‬דער מלך װײנט‪ ,‬און ער טרױערט‬
                                                       ‫אױף אַבֿ ָשלומען‪.‬‬

‫‪ 3‬און די ישועה אין יענעם טאָג איז געװאָרן צו טרױער פֿאַר דעם‬
‫גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געהערט אין יענעם טאָג‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬דער מלך איז באַקלעמט װעגן ז ַײן זון‪ 4 .‬און דאָס פֿאָלק איז‬
‫אין יענעם טאָג זיך גנבֿענדיק אַר ַײנגעקומען אין שטאָט‪ ,‬אַזױ װי דאָס‬
‫פֿאָלק גנבֿעט זיך פֿאַרשעמטערהײט װען זײ אַנטלױפֿן אין אַ מלחמה‪.‬‬

‫‪ 5‬און דער מלך האָט א ַײנגעװיקלט ז ַײן פּנים‪ ,‬און דער מלך האָט‬
‫געשרִיען אױף אַ הױכן ָקול‪ :‬מ ַײן זון אַבֿ ָשלום‪ ,‬אַבֿ ָשלום מ ַײן זון‪ ,‬זון‬

                                                                ‫מ ַײנער!‬

‫‪ 6‬איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך אין הױז‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬האָסט‬
‫ה ַײנט פֿאַרשעמט דעם פּנים פֿון אַלע ד ַײנע קנעכט װאָס האָבן ה ַײנט‬
‫געראַטעװעט ד ַײן לעבן‪ ,‬און דאָס לעבן פֿון ד ַײנע זין און ד ַײנע‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54