Page 54 - Shmuel b
P. 54

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 1‬און דאָרטן האָט זיך געטראָפֿן אַ נידערטרעכטיקער מאַן װאָס‬

‫ז ַײן נאָמען איז געװען ֶשבֿע דער זון פֿון ִבכרין‪ ,‬אַ מאַן אַכ‬
            ‫בנימינער; האָט ער געבלאָזן אין שופֿר‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬

                                     ‫מיר האָבן ניט קײן חלק אין ָד ִודן‪,‬‬
                  ‫און מיר האָבן ניט קײן ירושה אין דעם זון פֿון ישין‪.‬‬

                                ‫איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן‪ ,‬ישׂראל!‬

‫‪ 2‬און אַלע מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען פֿון הינטער ָד ִודן‬
‫נאָך ֶשבֿע דעם זון פֿון ִבכרין‪ ,‬נאָר די מענער פֿון יהוּדה ז ַײנען געװען‬

                    ‫באַהעפֿט אָן זײער מלך‪ ,‬פֿון ירדן און ביז ירושלים‪.‬‬

‫‪ 3‬און דוד איז געקומען אין ז ַײן הױז אין ירושלים; און דער מלך האָט‬
‫גענומען די צען קעפּסװ ַײבער װאָס ער האָט געלאָזן צו היטן דאָס‬
‫הױז‪ ,‬און ער האָט זײ אַר ַײנגעזעצט אין אַ װאַכהױז‪ ,‬און האָט זײ‬
‫אױסגעהאַלטן‪ ,‬אָבער ער איז צו זײ ניט געקומען‪ .‬און זײ ז ַײנען‬
‫געװען א ַײנגעשפּאַרט ביז דעם טאָג פֿון זײער טױט‪ ,‬לעבעדיקע‬

                                                               ‫אלמנות‪.‬‬

‫‪ 4‬און דער מלך האָט געזאָגט צו ַע ָמשׂאן‪ :‬רוף מיר צונױף די מענער‬
                   ‫פֿון יהוּדה אין דר ַײ טעג‪ ,‬דערנאָך שטעל זיך דו דאָ‪.‬‬

‫‪ 5‬איז ַע ָמשׂא געגאַנגען צונױפֿרופֿן יהוּדה‪ ,‬און ער האָט זיך געזאַמט‬
‫איבער דער צ ַײט װאָס ער האָט אים געשטעלט‪ 6 .‬האָט דוד געזאָגט‬
‫צו אַבֿי ַשין‪ :‬אַצונד װעט אונדז ֶשבֿע דער זון פֿון ִבכרין אָנטאָן מער‬
‫שלעכטס װי אַבֿ ָשלום‪ .‬דו נעם די קנעכט פֿון ד ַײן האַר‪ ,‬און יאָג אים‬
‫נאָך‪ ,‬טאָמער געפֿינט ער באַפֿעסטיקטע שטעט‪ ,‬און װעט זיך‬

                                       ‫אַרױסמאַכן פֿון אונדזערע אױגן‪.‬‬

‫‪ 7‬ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען הינטער אים די מענטשן פֿון יוֹאָבֿן‪ ,‬און די‬
‫כּ ֵרתים און די פּ ֵלתים‪ ,‬און אַלע גבורים‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‬
‫פֿון ירושלים נאָכצוּיאָגן ֶשבֿע דעם זון פֿון ִבכרין‪ 8 .‬װי זײ ז ַײנען ב ַײם‬
‫גרױסן שטײן װאָס אין גבֿעון‪ ,‬אַזױ איז ַע ָמשׂא אָנגעקומען אַנטקעגן‬
‫זײ‪ .‬און יוֹאָבֿ איז געװען אָנגעגורט אין ז ַײן װאַפֿנקלײד‪ ,‬און דערױף‬
‫איז געװען אַ גאַרטל מיט אַ שװערד באַהעפֿט צו ז ַײנע לענדן אין איר‬
‫שײד; און װי ער איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ איז זי אַרױסגעפֿאַלן‪.‬‬
‫‪ 9‬האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צו ַע ָמשׂאן‪ :‬איז פֿריד צו דיר‪ ,‬מ ַײן ברודער? און‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59