Page 55 - Shmuel b
P. 55

‫שמוּאל ב‬

‫יוֹאָבֿס רעכטע האַנט האָט אָנגענומען ַע ָמשׂאן פֿאַרן באָרד‪ ,‬כּדי אים‬
‫צו קושן‪ 10 .‬און ַע ָמשׂא האָט זיך ניט געהיט פֿאַר דער שװערד װאָס‬
‫אין יוֹאָבֿס האַנט; האָט ער אים אַ זעץ געטאָן מיט איר אין בױך‪ ,‬און‬
‫אַרױסגעלאָזט ז ַײנע אינגעװײד אױף דער ערד‪ ,‬און ניט געדאַרפֿט אים‬

                                ‫טאָן אַ צװײטן; און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫און יוֹאָבֿ און ז ַײן ברודער אַבֿי ַשי האָבן נאָכגעיאָגט ֶשבֿע דעם זון פֿון‬
‫ִבכרין‪ 11 .‬און אַ מאַן פֿון יוֹאָבֿס יונגען איז געשטאַנען איבער אים‪,‬‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬װער עס װיל יוֹאָבֿן‪ ,‬און װער עס איז פֿאַר ָד ִודן‪,‬‬
‫הינטער יוֹאָבֿן! ‪ 12‬און ַע ָמשׂא האָט זיך געק ַײקלט אין בלוט אױפֿן‬
‫מיטן װעג; האָט דער מאַן געזען‪ ,‬אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך‬
‫אָפּגעשטעלט‪ ,‬און ער האָט אָפּגעדרײט ַע ָמשׂאן פֿון װעג אױפֿן פֿעלד‪,‬‬
‫און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף אים אַ בגד‪ ,‬װען ער האָט געזען אַז‬
‫איטלעכער װאָס איז צוגעקומען לעבן אים‪ ,‬האָט זיך אָפּגעשטעלט‪.‬‬
‫‪ 13‬אַז ער איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿון װעג‪ ,‬איז איטלעכער‬

         ‫געגאַנגען הינטער יוֹאָבֿן‪ ,‬נאָכצוּיאָגן ֶשבֿע דעם זון פֿון ִבכרין‪.‬‬

‫‪ 14‬און ער איז דורכגעגאַנגען דורך אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ביז אָבֿל‬
‫און בית‪-‬מעכה‪ ,‬און אַלע ֵב ִרים; און זײ האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און‬
‫ז ַײנען אױך געגאַנגען הינטער אים‪ 15 .‬און זײ ז ַײנען געקומען און‬
‫האָבן געלעגערט אױף אים אין אָבֿל פֿון בית‪-‬מעכה‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫אָנגעשאָטן אַן ערדװאַל אַרום דער שטאָט‪ ,‬און עס איז געשטאַנען‬
‫אין דעם פֿעסטונגגראָבן‪ .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט יוֹאָבֿן‬

           ‫האָבן געהאַלטן אין צעשטערן‪ ,‬כּדי א ַײנצוּװאַרפֿן די מױער‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט אַ קלוגע פֿרױ גערופֿן פֿון דער שטאָט‪ :‬הערט! הערט! זאָגט‪,‬‬
‫איך בעט א ַײך‪ ,‬צו יוֹאָבֿן‪ :‬גענען ביז אַהער‪ ,‬און איך װעל רעדן צו דיר‪.‬‬
‫‪ 17‬האָט ער גענענט צו איר‪ ,‬און די פֿרױ האָט געזאָגט‪ :‬ביסט‬
‫דו יוֹאָבֿ? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך‪ .‬האָט זי צו אים געזאָגט‪ :‬הער‬
‫די װערטער פֿון ד ַײן דינסט‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איך הער‪ 18 .‬האָט זי‬
‫געזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬רעדן האָט מען געזאָלט רעדן צוערשט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ ,‬פֿרעגן האָט מען געזאָלט פֿרעגן ב ַײ אָבֿל‪ ,‬און אַזױ אַרום‬
‫װאָלט מען אָפּגעענדיקט‪ 19 .‬מיר ז ַײנען פֿרידלעכע געטר ַײע פֿון‬
‫ישׂראל; װילסטו טײטן אַ שטאָט און אַ מוטער אין ישׂראל? נאָך װאָס‬
‫זאָלסטו אומברענגען די נחלה פֿון גאָט? ‪ 20‬האָט יוֹאָבֿ געענטפֿערט‬
‫און געזאָגט‪ :‬חלילה‪ ,‬חלילה מיר‪ ,‬אױב איך װעל אומברענגען און‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60