Page 58 - Shmuel b
P. 58

‫שמוּאל ב‬

‫אין דעם קבֿר פֿון ז ַײן פֿאָטער קישן; און מע האָט געטאָן אַלץ װאָס‬
                                               ‫דער מלך האָט באַפֿױלן‪.‬‬

                ‫און גאָט האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד נאָך דעם‪.‬‬

‫‪ 15‬און די פּ ִלשתּים האָבן װידער געהאַט אַ מלחמה מיט ישׂראל‪ ,‬און‬
‫דוד און ז ַײנע קנעכט מיט אים האָבן אַראָפּגענידערט‪ ,‬און האָבן‬
‫מלחמה געהאַלטן מיט די פּ ִלשתּים‪ ,‬און דוד איז אָפּגעשלאַפֿט‬
‫געװאָרן‪ 16 .‬און ִישבי‪-‬בנוֹבֿ װאָס איז געװען פֿון די קינדער פֿון דעם‬
‫ָרפֿה‪ ,‬און די װאָג פֿון ז ַײן שפּיז איז געװען דר ַײ הונדערט שקל קופּער‪,‬‬
‫און ער איז געװען אָנגעגורט מיט אַ נ ַײער ]שװערד[‪ ,‬האָט געװאָלט‬
‫דערשלאָגן ָד ִודן‪ 17 .‬אָבער אַבֿי ַשי דער זון פֿון צרוָּיהן איז אים‬
‫געקומען צו הילף‪ ,‬און האָט געשלאָגן דעם פּ ִלשתּי און אים געטײט‪.‬‬
‫דענצמאָל האָבן ָד ִודס מענטשן געשװאָרן פֿאַר אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫זאָלסט מער ניט אַרױסגײן מיט אונדז אין מלחמה‪ ,‬כּדי זאָלסט ניט‬

                                      ‫פֿאַרלעשן דאָס ליכט פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 18‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ‬
‫מיט די פּ ִלשתּים; דענצמאָל האָט ִסב ַכי פֿון חוּ ָשה דערשלאָגן ַספֿן‬

                                    ‫װאָס פֿון די קינדער פֿון דעם ָרפֿה‪.‬‬

‫‪ 19‬און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ מיט די פּ ִלשתּים;‬
‫און ֶאל ָחֶנן דער זון פֿון ַי ֲע ֵרי‪-‬אוֹרגים דער ֵבית‪ֶ -‬ל ֶחמער האָט‬
‫דערשלאָגן ָגלַיתן פֿון ַגת‪ ,‬װאָס דער האָלץ פֿון ז ַײן שפּיז איז געװען‬

                                       ‫אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין ַגת‪ .‬איז דאָרטן געװען אַ‬
‫מאַן פֿון שטר ַײט װאָס די פֿינגער פֿון ז ַײנע הענט און די פֿינגער פֿון‬
‫ז ַײנע פֿיס ז ַײנען געװען צו זעקס און זעקס‪ ,‬פֿיר און צװאַנציק אין‬
‫צאָל‪ .‬און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם ָרפֿה‪ 21 .‬און ער האָט‬
‫געלעסטערט ישׂראל; האָט אים יהונתן דער זון פֿון ִש ְמ ִעי‪ָ ,‬ד ִודס‬

                                                   ‫ברודער‪ ,‬דערשלאָגן‪.‬‬

‫‪ 22‬די דאָזיקע פֿיר ז ַײנען געװען געבאָרן פֿון דעם ָרפֿה אין ַגת‪ .‬און זײ‬
‫ז ַײנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון ָד ִודן‪ ,‬און דורך דער האַנט פֿון‬

                                                           ‫ז ַײנע קנעכט‪.‬‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63