Page 62 - Shmuel b
P. 62

‫שמוּאל ב‬

    ‫מיך געהיט אױף צו װערן דער קאָפּ פֿון די אומות;‬
           ‫אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט‪ ,‬טוט מיר דינען‪.‬‬

  ‫‪ 45‬די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן גײען א ַײן פֿאַר מיר‪,‬‬
               ‫פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר‪.‬‬

    ‫‪ 46‬די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט‪,‬‬
 ‫און קומען הינקענדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען‪.‬‬

     ‫‪ 47‬עס לעבט יהוה‪ ,‬און געלױבט איז מ ַײן פֿעלדז‪,‬‬
     ‫און דערהױבן איז גאָט דער פֿעלדז פֿון מ ַײן הילף;‬

                    ‫‪ 48‬דער גאָט װאָס גיט מיר נקמות‪,‬‬
             ‫און מאַכט נידערן די אומות אונטער מיר‪,‬‬

               ‫‪ 49‬און ציט מיך אַרױס פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט;‬
      ‫יאָ‪ ,‬איבער מ ַײנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך‪,‬‬

               ‫פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל‪.‬‬
      ‫‪ 50‬דרום לױב איך דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬צװישן די פֿעלקער‪,‬‬

                      ‫און צו ד ַײן נאָמען טו איך זינגען‪.‬‬
          ‫‪ 51‬אַ טורעם פֿון הילף איז ער פֿאַר ז ַײן מלך‪,‬‬

                 ‫און ער טוט ֶחסד מיט ז ַײן געזאַלבטן‪,‬‬
             ‫מיט ָד ִודן און מיט ז ַײן זאָמען ביז אײביק‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס ז ַײנען די לעצטע װערטער פֿון ָד ִודן‪:‬‬

     ‫די רײד פֿון דוד דעם זון פֿון ִי ַשין‪,‬כג‬

       ‫די רײד פֿון דעם מאַן װאָס איז הױך געשטעלט‪,‬‬
               ‫דעם געזאַלבטן פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ‪,‬‬
                      ‫און דעם זיסן זינגער פֿון ישׂראל‪:‬‬
                ‫‪ 2‬דער ג ַײסט פֿון גאָט רעדט דורך מיר‪,‬‬
                     ‫און ז ַײן װאָרט איז אױף מ ַײן צונג‪.‬‬

                  ‫‪ 3‬דער גאָט פֿון ישׂראל האָט געזאָגט‪,‬‬
         ‫דער פֿעלדז פֿון ישׂראל האָט צו מיר גערעדט‪:‬‬

            ‫אַ געװעלטיקער איבער מענטשן דאַרף ז ַײן‬
   ‫אַ צדיק װאָס געװעלטיקט מיט גאָטספֿאָרכטיקײט‪,‬‬
   ‫‪ 4‬און װי ליכט פֿון פֿרימאָרגן װען די זון גײט אױף‪-‬‬

                                ‫אַ פֿרימאָרגן אָן װאָלקן‪,‬‬
                                ‫װען פֿון ש ַײן נאָכן רעגן‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67