Page 66 - Shmuel b
P. 66
שמוּאל ב
ז ַײנען געקומען קײן ָדןַ-י ַען ,און רונד אַרום צו צידון 7 .און זײ ז ַײנען
געקומען צו דער פֿעסטונג פֿון צור ,און צו אַלע שטעט פֿון דעם ִח ִוי
און דעם כַּנ ַעני ,און זײ ז ַײנען אַרױסגעקומען אין ָדרום יהוּדה ב ַײ
ב ֵארֶ -שבֿע 8 .און זײ האָבן דורכגעװאַנדערט דאָס גאַנצע לאַנד ,און
ז ַײנען צוריקגעקומען צום ָסוף פֿון נ ַײן חדשים און צװאַנציק טעג
קײן ירושלים 9 .און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מספּר פֿון דער
צײלונג פֿון פֿאָלק צום מלך .און ישׂראל איז געװען אַכט מאָל
הונדערט טױזנט קריגסל ַײט װאָס צ ִיען אַ שװערד ,און די מענער פֿון
יהוּדה ,פֿינף מאָל הונדערט טױזנט מאַן.
10און דאָס האַרץ פֿון ָד ִודן האָט אים געפּלאָגט נאָך דעם װי ער
האָט געצײלט דאָס פֿאָלק ,און דוד האָט געזאָגט צו גאָט :איך האָב
זײער געזינדיקט װאָס איך האָב דאָס געטאָן; און אַצונד ,גאָט ,טו
אָפּ ,איך בעט דיך ,דעם פֿאַרברעך פֿון ד ַײן קנעכט ,װאָרום איך בין
געװען נאַריש זײער.
11און װי דוד איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי ,אַזױ איז דאָס װאָרט
פֿון גאָט געװען צו ָגד דעם נבֿיאָ ,ד ִודס זעער ,אַזױ צו זאָגן 12 :גײ און
זאָלסט רעדן צו ָד ִודן :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :דר ַײ זאַכן לײג איך
אױף דיר; קל ַײב דיר אױס אײנע פֿון זײ ,װאָס איך זאָל דיר טאָן.
13איז ָגד געקומען צו ָד ִודן און האָט אים דערצײלט ,און האָט צו
אים געזאָגט :זאָלן אױף דיר קומען זיבן יאָר הונגער אין ד ַײן לאַנד?
אָדער זאָלסט דר ַײ חדשים לױפֿן פֿאַר ד ַײנע פֿ ַײנט ,און זײ זאָלן דיך
נאָכיאָגן? אָדער דר ַײ טעג זאָל ז ַײן אַ מגפֿה אין ד ַײן לאַנד? אַצונד
באַטראַכט ,און זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם
װאָס שיקט מיך.
14האָט דוד געזאָגט צו ָגדן :מיר איז זײער ענג .לאָמיר ,איך בעט
דיך ,פֿאַלן אין דער האַנט פֿון גאָט ,װאָרום ז ַײן ַרח ָמנות איז גרױס,
און לאָמיך ניט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.
15האָט גאָט געגעבן אַ מגפֿה אין ישׂראל פֿון אין דער פֿרי און ביז
דער געשטעלטער צ ַײט ,און עס ז ַײנען געשטאָרבן פֿון פֿאָלק ,פֿון דן
און ביז ב ֵארֶ -שבֿע ,זיבעציק טױזנט מאַן.