Page 67 - Shmuel b
P. 67

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 16‬און דער מלאך האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױף ירושלים זי‬
‫אומצוברענגען; האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז‪ ,‬און ער האָט‬
‫געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט אומגעבראַכט צװישן פֿאָלק‪ :‬גענוג!‬
‫אַצונד לאָז אָפּ ד ַײן האַנט‪ .‬און דער מלאך פֿון גאָט איז געװען ב ַײ‬

                                    ‫דעם ש ַײער פֿון אַ ַרוֶנה דעם יבֿוסי‪.‬‬

‫‪ 17‬און דוד האָט גערעדט צו גאָט‪ ,‬װען ער האָט געזען דעם מלאך‬
‫װאָס שלאָגט צװישן פֿאָלק‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך האָב‬
‫געזינדיקט‪ ,‬און איך האָב פֿאַרבראָכן‪ ,‬אָבער די דאָזיקע שאָף‪ ,‬װאָס‬
‫האָבן זײ געטאָן? זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן האַנט ז ַײן אױף מיר און‬

                                               ‫אױף מ ַײן פֿאָטערס הױז‪.‬‬

‫‪ 18‬איז ָגד געקומען צו ָד ִודן אין יענעם טאָג‪ ,‬און ער האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬גײ אַרױף‪ ,‬שטעל אױף צו גאָט אַ מזבח אין דעם ש ַײער פֿון‬

                                                     ‫אַ ַרוֶנה דעם יבֿוסי‪.‬‬

‫‪ 19‬איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון ָגדן‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬
‫האָט באַפֿױלן‪ 20 .‬און אַ ַרוֶנה האָט אַ קוק געטאָן‪ ,‬און האָט דערזען‬
‫װי דער מלך און ז ַײנע קנעכט קומען אַריבער צו אים; איז אַ ַרוֶנה‬
‫אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָט זיך געבוקט צום מלך מיט ז ַײן פּנים צו‬
‫דער ערד‪ 21 .‬און אַ ַרוֶנה האָט געזאָגט‪ :‬נאָך װאָס איז מ ַײן האַר דער‬
‫מלך געקומען צו ז ַײן קנעכט? האָט דוד געזאָגט‪ :‬אָפּצוקױפֿן פֿון‬
‫דיר דעם ש ַײער אױף צו בױען אַ מזבח צו גאָט‪ ,‬כּדי די מגפֿה זאָל‬
‫פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק‪ 22 .‬האָט אַ ַרוֶנה געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬זאָל‬
‫מ ַײן האַר דער מלך נעמען און אױפֿברענגען װאָס איז גוט אין ז ַײנע‬
‫אױגן‪ .‬זע‪ ,‬די רינדער ז ַײנען פֿאַר בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און די דרעששליטנס‬
‫און די שפּאַנצ ַײג פֿון די רינדער פֿאַר האָלץ‪ 23 .‬אַלץ האָט אַ ַרוֶנה דער‬
‫מלך אַװעקגעגעבן צום מלך‪ .‬און אַ ַרוֶנה האָט געזאָגט צום מלך‪ :‬זאָל‬
‫יהוה ד ַײן גאָט דיך באַװיליקן‪ 24 .‬האָט דער מלך געזאָגט צו‬
‫אַ ַרוֶנהן‪ :‬נײן‪ ,‬נ ַײערט קױפֿן װעל איך קױפֿן פֿון דיר פֿאַר געצאָלט‪ ,‬און‬
‫איך װעל ניט אױפֿברענגען צו יהוה מ ַײן גאָט בראַנדאָפּפֿער פֿאַר‬

                                                              ‫אומזיסט‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71