Page 64 - Shmuel b
P. 64
שמוּאל ב
13און דר ַײ פֿון די דר ַײסיק הױפּטל ַײט האָבן אַראָפּגענידערט און
ז ַײנען געקומען אין שניטצ ַײט צו ָד ִודן צו דער הײל פֿון ַעדוּ ֶלם; און
די מחנה פֿון די פּ ִלשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים 14 .און
דוד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג ,און די װאַך פֿון די
פּ ִלשתּים איז דענצמאָל געװען אין ֵביתֶ -ל ֶחם 15 .האָט דוד געגלוסט,
און ער האָט געזאָגט :װען מיר גיט װער טרינקען װאַסער פֿון דעם
ברונעם פֿון ֵביתֶ -ל ֶחם װאָס אין טױער! 16האָבן די דר ַײ גבורים
אַר ַײנגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּ ִלשתּים ,און זײ האָבן אָנגעשעפּט
װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון ֵביתֶ -ל ֶחם װאָס ב ַײם טױער ,און
גענומען און געבראַכט צו ָד ִודן .אָבער ער האָט עס ניט געװאָלט
טרינקען ,און האָט עס אױסגעגאָסן צו גאָט 17 .און ער האָט
געזאָגט :חלילה מיר ,גאָט ,אַז איך זאָל דאָס טאָן! דאָס בלוט פֿון די
מענטשן װאָס ז ַײנען געגאַנגען מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן? און
ער האָט עס ניט געװאָלט טרינקען.
דאָס האָבן געטאָן די דר ַײ גבורים.
18און אַבֿי ַשי ,יוֹאָבֿס ברודער ,דער זון פֿון צרוָּיהן ,ער איז געװען
דער הױפּט פֿון די דר ַײ; און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּיז אױף דר ַײ
הונדערט און זײ דערשלאָגן; ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דר ַײ.
19פֿון די דר ַײ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער ,און ער איז ב ַײ זײ
געװאָרן צום עלטסטן ,אָבער צו די ]ערשטע[ דר ַײ איז ער ניט
געקומען.
20און בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען ,דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן,
גרױס אין אױפֿטוען ,פֿון ַקב ְצ ֵאל ,ער האָט געשלאָגן די צװײ העלדן
פֿון מואָבֿ ,און ער האָט אַראָפּגענידערט און האָט דערשלאָגן אַ לײב
אין אַ גרוב ,אין אַ טאָג פֿון שנײ 21 .און ער האָט דערשלאָגן אַ
ִמצרישן מאַן ,אַ מאַן אָנצוקוקן; און אין דעם ִמצריס האַנט איז
געװען אַ שפּיז ,און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט;
האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם ִמצריס האַנט ,און האָט
אים געהרגעט מיט ז ַײן אײגענעם שפּיז.
22דאָס האָט געטאָן בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען ,און ער האָט געהאַט
אַ שם צװישן די דר ַײ גבורים 23 .ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די