Page 60 - Shmuel b
P. 60

‫שמוּאל ב‬

                            ‫‪ 14‬געדונערט פֿון הימל האָט גאָט‪,‬‬
             ‫און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט ז ַײן ָקול‪.‬‬
      ‫‪ 15‬און ער האָט אַרױסגעשיקט פֿ ַײלן און זײ צעשפּרײט‪,‬‬

                                  ‫אַ בליץ‪ -‬און זײ פֿאַרטומלט‪.‬‬
                  ‫‪ 16‬און די גראָבנס פֿון ים האָבן זיך באַװיזן‪,‬‬
  ‫די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט ז ַײנען אַנטפּלעקט געװאָרן‪,‬‬

                                 ‫דורך דעם אָנגעשרײ פֿון גאָט‪,‬‬
                             ‫פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון ז ַײן נאָז‪.‬‬

 ‫‪ 17‬ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען‪,‬‬
                       ‫מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע‪.‬‬

       ‫‪ 18‬ער האָט מיך מציל געװען פֿון מ ַײן מאַכטיקן פֿ ַײנט‪,‬‬
 ‫פֿון מ ַײנע ָשׂונאים‪ ,‬װען זײ ז ַײנען געװען שטאַרקער פֿון מיר‪.‬‬

    ‫‪ 19‬זײ ז ַײנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מ ַײן בראָך‪,‬‬
                         ‫אָבער גאָט איז מיר אַן אָנלען געװען‪.‬‬

          ‫‪ 20‬ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש‪,‬‬
               ‫מיך אַרױסגעצױגן‪ ,‬װ ַײל ער האָט מיך באַגערט‪.‬‬
               ‫‪ 21‬גאָט פֿאַרגעלט מיך לױט מ ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬

      ‫לױט דער רײנקײט פֿון מ ַײנע הענט קערט ער מיר אום‪.‬‬
                ‫‪ 22‬װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה‪,‬‬
                          ‫און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מ ַײן גאָט‪.‬‬
                ‫‪ 23‬װאָרום אַלע ז ַײנע געזעצן ז ַײנען פֿאַר מיר‪,‬‬
                   ‫און ז ַײנע חוקים‪ ,‬דערפֿון קער איך ניט אָפּ‪.‬‬
                          ‫‪ 24‬און איך בין געװען צו אים גאַנץ‪,‬‬
                      ‫און האָב מיך געהיט פֿון מ ַײן זינדיקײט‪.‬‬

‫‪ 25‬דרום האָט מיר אומגעקערט גאָט לױט מ ַײן גערעכטיקײט‪,‬‬
                           ‫לױט מ ַײן רײנקײט פֿאַר ז ַײנע אױגן‪.‬‬

                  ‫‪ 26‬מיט דעם גענאָדיקן װ ַײזטו זיך גענאָדיק‪,‬‬
                     ‫מיט דעם ערלעכן מאַן װ ַײזטו זיך ערלעך‪.‬‬
                          ‫‪ 27‬מיט דעם רײנעם װ ַײזטו זיך רײן‪,‬‬

                  ‫און מיט דעם קרומען װ ַײזטו זיך פֿאַרדרײט‪.‬‬
                     ‫‪ 28‬און דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן‪,‬‬
                         ‫און ד ַײנע אױגן ז ַײנען אױף די הױכע‪,‬‬
                                     ‫דו זאָלסט זײ דערנידערן‪.‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65