Page 59 - Shmuel b
P. 59

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 1‬און דוד האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן‬

‫געזאַנג‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿוןכב‬

‫דער האַנט פֿון אַלע ז ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬און פֿון דער האַנט פֿון ָשאולן‪ 2 .‬און‬
                                                      ‫ער האָט געזאָגט‪:‬‬

                               ‫יהוה איז מ ַײן פֿעלדז און מ ַײן פֿעסטונג‪,‬‬
                                   ‫און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;‬

                        ‫‪ 3‬גאָט מ ַײן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים‪,‬‬
                               ‫מ ַײן שילד און דער האָרן פֿון מ ַײן הילף‪,‬‬
                                       ‫מ ַײן טורעם און מ ַײן אַנטרינונג‪,‬‬

                      ‫מ ַײן העלפֿער‪ ,‬װאָס העלפֿסט מיך פֿון אומרעכט‪.‬‬
                                         ‫‪ 4‬איך רוף; געלױבט איז יהוה!‬

                               ‫און פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט װער איך געהאָלפֿן‪.‬‬

                   ‫‪ 5‬װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט‪,‬‬
                           ‫ט ַײכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;‬

                   ‫‪ 6‬שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגענומען‪,‬‬
                             ‫אַקעגנגעקומען ז ַײנען מיר נעצן פֿון טױט‪.‬‬
                             ‫‪ 7‬האָב איך אין מ ַײן נױט גערופֿן צו יהוה‪,‬‬
                                     ‫יאָ‪ ,‬צו מ ַײן גאָט האָב איך גערופֿן‪,‬‬

                       ‫און ער האָט געהערט פֿון ז ַײן טעמפּל מ ַײן ָקול‪,‬‬
                      ‫און מ ַײן געשרײ ]איז געקומען[ אין ז ַײנע אױערן‪.‬‬
                     ‫‪ 8‬און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד‪.‬‬

                           ‫די גרונטפֿעסטן פֿון הימל האָבן געציטערט;‬
                     ‫זײ האָבן זיך געשאָקלט‪ ,‬װ ַײל ער האָט געצערנט;‬

                               ‫‪ 9‬אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין ז ַײן נאָז‪,‬‬
                            ‫און פֿון ז ַײן מױל האָט אַ פֿ ַײער פֿאַרצערט;‬

                                        ‫קױלן האָבן געברענט פֿון אים‪.‬‬
                    ‫‪ 10‬און ער האָט גענ ַײגט דעם הימל און גענידערט‪,‬‬

                                       ‫מיט אַ נעבל אונטער ז ַײנע פֿיס‪.‬‬
                     ‫‪ 11‬און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן‪,‬‬

                               ‫און זיך באַװיזן אױף פֿליגלען פֿון װינט‪.‬‬
     ‫‪ 12‬און ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש פֿאַר ב ַײדלעך אַרום אים;‬

                          ‫אַ זאַמלונג פֿון װאַסערן‪ ,‬װאָלקנס געדיכטע‪.‬‬
                                          ‫‪ 13‬פֿון דעם שימער פֿאַר אים‬
                                            ‫האָבן פֿ ַײערקױלן געברענט‪.‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64