Page 57 - Shmuel b
P. 57
שמוּאל ב
זאָל א ַײך טאָן? 5האָבן זײ געזאָגט צום מלך :דער מאַן װאָס האָט
אונדז פֿאַרלענדט ,און װאָס האָט געפּלאַנט קעגן אונדז ביז מיר
ז ַײנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון צו האָבן אַ באַשטאַנד אין גאַנצן גבֿול
פֿון ישׂראל 6 ,פֿון ז ַײנע קינדער זאָלן אונדז איבערגעגעבן װערן זיבן
מאַן ,און מיר װעלן זײ אױפֿהענגען פֿאַר גאָט אױפֿן בערגל פֿון ָשאול
]גבֿעתָ -שאול[ ,דעם אױסדערװײלטן פֿון גאָט .האָט דער מלך געזאָגט:
איך װעל געבן.
7און דער מלך האָט געשױנט מפֿיבֿוֹשת דעם זון פֿון יהונתן דעם זון
פֿון ָשאולן ,איבער דער שבֿועה פֿון גאָט װאָס צװישן זײ ,צװישן ָד ִודן
און צװישן יהונתן דעם זון פֿון ָשאולן 8 .האָט דער מלך גענומען די
צװײ זין פֿון ִרצ ָפּה דער טאָכטער פֿון אַָיהן ,װאָס זי האָט געבאָרן פֿון
ָשאולן ,אַרמוֹנין און מפֿיבֿוֹשתן ,און די פֿינף זין פֿון ִמיכל דער
טאָכטער פֿון ָשאולן ,װאָס זי האָט געבאָרן פֿון ַעדרי ֵאל דעם זון פֿון
ַברז ַלין ,פֿון מחוֹ ָלה; 9און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט
פֿון די גבֿעונים ,און זײ האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אױפֿן באַרג פֿאַר
גאָט; און זײ ז ַײנען אומגעקומען אַלע זיבן אין אײנעם .און זײ
ז ַײנען געטײט געװאָרן אין די ערשטע טעג פֿון שניט ,אין אָנהײב
גערשטנשניט.
10און ִרצ ָפּה די טאָכטער פֿון אַָיהן האָט גענומען אַ זאַק ,און האָט
עס זיך אױסגעשפּרײט אױפֿן פֿעלדז ,פֿון אָנהײב שניט ביז עס האָט
זיך אַראָפּגעגאָסן אױף זײ װאַסער פֿון הימל .און זי האָט ניט געלאָזט
אַ פֿױגל פֿון הימל זיך אַראָפּלאָזן אױף זײ ב ַײ טאָג ,און אַ חיה פֿון
פֿעלד ב ַײ נאַכט.
11איז דערצײלט געװאָרן ָד ִודן װאָס ִרצ ָפּה די טאָכטער פֿון אַָיהן ,די
קעפּסװ ַײב פֿון ָשאולן ,האָט געטאָן 12 .איז דוד געגאַנגען ,און האָט
גענומען די בײנער פֿון ָשאולן ,און די בײנער פֿון יהונתן ז ַײן זון ,פֿון
די מענער פֿון ָיבֿישִ -גל ָעד ,װאָס האָבן זײ אַװעקגעגנבֿעט פֿון דעם
מאַרק פֿון ביתָ -שן װאָס די פּ ִלשתּים האָבן זײ דאָרטן געהאַט
אױפֿגעהאַנגען ,אין דעם טאָג װאָס די פּ ִלשתּים האָבן געשלאָגן
ָשאולן אין ִגלבוֹע 13 .און ער האָט אַרױפֿגעבראַכט פֿון דאָרטן די
בײנער פֿון ָשאולן ,און די בײנער פֿון יהונתן ז ַײן זון; און מע האָט
אױפֿגעקליבן די בײנער פֿון די געהאַנגענע 14 .און מע האָט באַגראָבן
די בײנער פֿון ָשאולן און יהונתן ז ַײן זון אין לאַנד בנימין ,אין ֵצ ָלע,