Page 53 - Shmuel b
P. 53

‫שמוּאל ב‬

‫לאַסט אױף מ ַײן האַר דעם מלך? ‪ 37‬קױם קען ד ַײן קנעכט‬
‫אַריבערגײן דעם ירדן מיטן מלך; און נאָך װאָס זאָל מיר דער מלך‬
‫פֿאַרגעלטן די דאָזיקע פֿאַרגעלטונג? ‪ 38‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן‬
‫קנעכט זיך אומקערן‪ ,‬און לאָמיך שטאַרבן אין מ ַײן שטאָט ב ַײם קבֿר‬
‫פֿון מ ַײן פֿאָטער און מ ַײן מוטער‪ .‬אָבער אָט איז ד ַײן קנעכט ִכּמ ָהם‪,‬‬
‫זאָל ער אַריבערגײן מיט מ ַײן האַר דעם מלך‪ ,‬און טו מיט אים װאָס‬

                                               ‫איז גוט אין ד ַײנע אױגן‪.‬‬

‫‪ 39‬האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬זאָל ִכּמ ָהם אַריבערגײן מיט מיר‪ ,‬און איך‬
‫װעל טאָן מיט אים װאָס איז גוט אין ד ַײנע אױגן; און אַלץ װאָס דו‬

                        ‫װעסט פֿאַרלאַנגען פֿון מיר‪ ,‬װעל איך דיר טאָן‪.‬‬

‫‪ 40‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן‪ ,‬און דער‬
‫מלך איז אַריבערגעגאַנגען‪ .‬און דער מלך האָט געקושט ַברז ַלין‪ ,‬און‬

   ‫האָט אים געבענטשט‪ .‬און ער האָט זיך אומגעקערט אין ז ַײן הײם‪.‬‬

‫‪ 41‬און דער מלך איז אַריבערגעגאַנגען קײן ִגלגל‪ ,‬און ִכּמ ָהם איז‬
‫אַריבערגעגאַנגען מיט אים‪ ,‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה‪ ,‬און‬
‫אױך אַ העלפֿט פֿון דעם פֿאָלק פֿון ישׂראל‪ ,‬האָבן אַריבערגעפֿירט‬

                                                              ‫דעם מלך‪.‬‬

‫‪ 42‬ערשט אַלע מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען געקומען צום מלך‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געזאָגט צום מלך‪ :‬פֿאַר װאָס האָבן דיך אַװעקגעגנבֿעט‬
‫אונדזערע ברידער‪ ,‬די מענער פֿון יהוּדה‪ ,‬און האָבן אַריבערגעפֿירט‬
‫דעם מלך און ז ַײן הױזגעזינט איבערן ירדן‪ ,‬און אַלע מענטשן פֿון‬
‫ָד ִודן מיט אים? ‪ 43‬האָבן אַלע מענער פֿון יהוּדה געענטפֿערט די‬
‫מענער פֿון ישׂראל‪ :‬װ ַײל דער מלך איז אונדז אַ קרובֿ‪ .‬און פֿאַר װאָס‬
‫דען פֿאַרדריסט א ַײך אױף דער דאָזיקער זאַך? האָבן מיר דען עסן‬
‫געגעסן פֿון דעם מלכס? צי איז אונדז אַ געשאַנק געשאָנקען‬
‫געװאָרן? ‪ 44‬האָבן די מענער פֿון ישׂראל געענטפֿערט די מענער פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬און געזאָגט‪ :‬מיר האָבן צען חלקים אין מלך‪ ,‬און מיר ז ַײנען‬
‫אױך בילכער אױף ָד ִודן פֿון א ַײך‪ ,‬ה ַײנט פֿאַר װאָס האָט איר אונדז צו‬
‫קלײן געמאַכט? און איז ניט אונדזער װאָרט געװען דאָס ערשטע‬

                                            ‫אומצוקערן אונדזער מלך?‬

‫און די װערטער פֿון די מענער פֿון יהוּדה ז ַײנען געװען האַרטער װי די‬
                                    ‫װערטער פֿון די מענער פֿון ישׂראל‪.‬‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58