Page 56 - Shmuel b
P. 56
שמוּאל ב
אױב איך װעל צעשטערן! 21ניט אַזױ איז די זאַך; נ ַײערט אַ מאַן פֿון
דעם געבערג פֿון אפֿ ַר ִים ,װאָס ז ַײן נאָמען איז ֶשבֿע דער זון פֿון
ִבכרין ,האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט אַקעגן דעם מלך ,אַקעגן ָד ִודן.
גיט אַרױס אים אַלײן ,און איך װעל אַװעקגײן פֿון דער שטאָט .האָט
די פֿרױ געזאָגט צו יוֹאָבֿן :אָט װערט דיר ז ַײן קאָפּ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון
דער מױער.
22און די פֿרױ איז געקומען צו דעם גאַנצן פֿאָלק מיט איר חכמה,
און זײ האָבן אָפּגעשניטן דעם קאָפּ פֿון ֶשבֿע דעם זון פֿון ִבכרין ,און
אַראָפּגעװאָרפֿן צו יוֹאָבֿן .און ער האָט געבלאָזן אין שופֿר ,און זײ
האָבן זיך צעשפּרײט פֿון דער שטאָט ,איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן.
און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט קײן ירושלים צום מלך.
23און יוֹאָבֿ איז געװען איבער דעם גאַנצן חיל פֿון ישׂראל; און
בָנָיה דער זון פֿון יהוָֹי ָדען ,איבער די כּ ֵרתים און איבער די פּ ֵלתים;
24און אַדוֹרם ,איבער דעם צינדז; און יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן,
דער דערמאָנער; 25און שָוא ,דער שר ַײבער; און ָצדוֹק און אבֿיתר,
כּהנים 26 .און אױך ִעיראָ פֿון ָי ִאיר איז געװען אַן אױבערמאַן ב ַײ
ָד ִודן.
1און עס איז געװען אַ הונגער אין די טעג פֿון ָד ִודן ,דר ַײ
יאָר ,אַ יאָר נאָך אַ יאָר ,און דוד האָט געזוכט דעם פּנים פֿוןכא
גאָט .האָט גאָט געזאָגט :דאָס איז פֿון װעגן ָשאולן און פֿון װעגן דעם
בלוטיקן הױז ,פֿאַר װאָס ער האָט געטײט די גבֿעונים.
2האָט דער מלך גערופֿן די גבֿעונים ,און ער האָט צו זײ גערעדט-און
די גבֿעונים ז ַײנען ניט געװען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,נאָר פֿון דעם
איבערבל ַײב פֿון אמורי; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשװאָרן
צו זײ; און ָשאול האָט זײ געזוכט צו דערשלאָגן אין ז ַײן
אײפֿערדיקײט פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל און יהוּדה – 3און דוד
האָט געזאָגט צו די גבֿעונים :װאָס זאָל איך א ַײך טאָן ,און מיט װאָס
קען איך מכפּר ז ַײן ,אַז איר זאָלט בענטשן די נחלה פֿון גאָט? 4האָבן
די גבֿעונים צו אים געזאָגט :אונדז קומט ניט קײן זילבער און גאָלד
פֿון ָשאולן און פֿון ז ַײן הױז ,און אונדז גײט ניט דערום צו טײטן אַ
מענטשן פֿון ישׂראל .האָט ער געזאָגט :װאָס פֿאַרלאַנגט איר ,איך