Page 61 - Shmuel b
P. 61
שמוּאל ב
29װאָרום דו ביסט מ ַײן ליכט יהוה,
און יהוה באַש ַײנט מ ַײן פֿינצטערניש.
30װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה,
מיט מ ַײן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
31גאָט -ז ַײן װעג איז גאַנץ;
דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געל ַײטערט,
ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
32װאָרום װער איז אַ גאָט אױסער יהוה,
און װער אַ פֿעלדז אױסער אונדזער גאָט?
33דער גאָט װאָס איז מ ַײן שטאַרקע פֿעסטונג,
און לאָזט גײן גל ַײך מ ַײן װעג.
34ער מאַכט מ ַײנע פֿיס גל ַײך װי די הינדן,
און אױף מ ַײנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.
35ער לערנט מ ַײנע הענט צו מלחמה,
און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מ ַײנע אָרעמס.
36און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון ד ַײן הילף,
און ד ַײן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
37דערברײטערסט מ ַײן טריט אונטער מיר,
און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מ ַײנע קנעכלעך.
38איך האָב געיאָגט מ ַײנע פֿ ַײנט און זײ פֿאַרטיליקט,
און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.
39יאָ ,איך האָב זײ פֿאַרלענדט און זײ צעהאַקט,
אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן;
און זײ ז ַײנען געפֿאַלן אונטער מ ַײנע פֿיס.
40און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה,
האָסט געבײגט מ ַײנע קעגנשטײער אונטער מיר.
41און מ ַײנע פֿ ַײנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר,
מ ַײנע ָשׂונאים -איך זאָל זײ פֿאַרשנ ַײדן.
42זײ האָבן זיך אומגעקוקט ,און ניט געװען קײן העלפֿער,
צו גאָט -און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט.
43און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿון דער ערד,
װי גאַסנקױט זײ צעדריקט ,זײ צעטרעטן.
44און האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון מ ַײן פֿאָלק,