Page 63 - Shmuel b
P. 63

‫שמוּאל ב‬

                                     ‫שפּראָצט דאָס גראָז פֿון דער ערד‪.‬‬
                      ‫‪ 5‬פֿאַר װאָר‪ ,‬איז ניט פֿעסט מ ַײן הױז פֿאַר גאָט?‬

                          ‫װ ַײל אַן אײביקן בונד האָט ער מיר געמאַכט‪,‬‬
                                  ‫צוגעברײט אין אַלעם און אָפּגעהיט;‬

                          ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬אַל מ ַײן הילף און אַל מ ַײן באַגער‬
                                            ‫צי מאַכט ער ניט שפּראָצן?‬

                               ‫‪ 6‬אָבער די נידערטרעכטיקע ז ַײנען אַלע‬
                                         ‫װי דערנער אַװעקגעװאָרפֿענע‬

                         ‫װאָס מען קען מיט דער האַנט ניט אָננעמען;‬
                                        ‫‪ 7‬און װיל עמעצער זײ אָנרירן‪,‬‬
                                        ‫באַװאָרנט ער זיך מיט אַן א ַײזן‬
                                            ‫אָדער אַ האָלץ פֿון אַ שפּיז;‬
                                             ‫און פֿאַרברענט איך פֿ ַײער‬

                                       ‫װערן זײ פֿאַרברענט אױפֿן אָרט‪.‬‬

‫‪ 8‬דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון די גבורים װאָס דוד האָט געהאַט‪ :‬יוֹ ֵשבֿ‪-‬‬
‫ַב ֶשבֿת‪ ,‬אַ ַתּחכּמוֹני‪ ,‬דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע‪ ,‬דאָס איז ַעדינוֹ‬
‫דער עצני; ]ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּיז[ אױף אַכט הונדערט מאַן‪,‬‬

                                             ‫דערשלאָגן מיט אײן מאָל‪.‬‬

‫‪ 9‬און נאָך אים איז געװען ֶאל ָע ֶזר דער זון פֿון דוֹדו דעם זון‬
‫פֿון אַחוֹחין‪ ,‬פֿון די דר ַײ גבורים מיט ָד ִודן‪ ,‬װען זײ האָבן זיך‬
‫א ַײנגעשטעלט אַקעגן די פּ ִלשתּים‪ ,‬װאָס האָבן זיך דאָרטן‬
‫א ַײנגעזאַמלט אױף מלחמה‪ ,‬און די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװען‬
‫אַװעקגעגאַנגען; ‪ 10‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט געשלאָגן‬
‫צװישן די פּ ִלשתּים ביז ז ַײן האַנט איז מיד געװאָרן‪ ,‬און ז ַײן האַנט‬
‫האָט זיך צוגעקלעפּט צום שװערד‪ .‬און גאָט האָט געטאָן אַ גרױסע‬
‫ישועה אין יענעם טאָג‪ ,‬און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט נאָך‬

                                  ‫אים‪ ,‬בלױז אױסצוטאָן ]די געטײטע[‪.‬‬

‫‪ 11‬און נאָך אים איז געװען ַש ָמה דער זון פֿון אֵָגאן‪ ,‬פֿון ָה ָרר‪ .‬די‬
‫פּ ִלשתּים האָבן זיך געהאַט א ַײנגעזאַמלט אין אַ מחנה; און דאָרטן‬
‫איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט לינדזן; און דאָס פֿאָלק איז‬
‫אַנטלאָפֿן פֿון די פּ ִלשתּים; ‪ 12‬האָט ער זיך געשטעלט אין מיטן פֿון‬
‫דעם שטיק לאַנד‪ ,‬און האָט עס מציל געװען; און ער האָט געשלאָגן‬

                  ‫די פּ ִלשתּים‪ ,‬און גאָט האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה‪.‬‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68