Page 52 - Shmuel b
P. 52
שמוּאל ב
טאָג װאָס דער מלך איז אַװעקגעגאַנגען ביז דעם טאָג װאָס ער איז
צוריקגעקומען בשלום.
26און עס איז געװען ,אַז ער איז געקומען קײן ירושלים דעם מלך
אַנטקעגן ,האָט דער מלך צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס ביסטו ניט
געגאַנגען מיט מיר ,מפֿיבֿוֹשת? 27האָט ער געזאָגט :מ ַײן האַר מלך,
מ ַײן קנעכט האָט מיך גענאַרט ,װאָרום ד ַײן קנעכט האָט געזאָגט :איך
װעל מיר אָנזאָטלען די אײזעלין ,און װעל ר ַײטן אױף איר ,און װעל
גײן מיטן מלך; װ ַײל ד ַײן קנעכט איז אַ הינקעדיקער 28 .און ער האָט
אָנגערעדט אױף ד ַײן קנעכט פֿאַר מ ַײן האַר דעם מלך ,אָבער מ ַײן
האַר דער מלך איז אַזױ װי אַ מלאך פֿון גאָט; דרום טו װאָס איז גוט
אין ד ַײנע אױגן 29 .װאָרום דאָס גאַנצע הױז פֿון מ ַײן פֿאָטער איז ניט
אַנדערש װי װערט געװען דעם טױט ב ַײ מ ַײן האַר דעם מלך ,פֿון
דעסט װעגן האָסטו געמאַכט ד ַײן קנעכט צװישן די װאָס עסן ב ַײ ד ַײן
טיש ,און װאָסער רעכט האָב איך נאָך ,צו מאָל זיך נאָך צו קלאָגן
פֿאַרן מלך?
30האָט דער מלך צו אים געזאָגט :צו װאָס נאָך זאָלסטו רעדן ד ַײנע
רײד? איך הײס :דו און ציבֿאָ זאָלט זיך טײלן מיטן פֿעלד 31 .האָט
מפֿיבֿוֹשת געזאָגט צום מלך :זאָל ער אױך דאָס גאַנצע צונעמען ,נאָך
דעם אַז מ ַײן האַר דער מלך איז געקומען בשלום אין ז ַײן הױז.
32און ַבר ִז ַלי דער ִגל ָעדער האָט אַראָפּגענידערט פֿון רוֹגלים ,און ער
איז אַריבערגעגאַנגען מיטן מלך צום ירדן ,כּדי אים צו באַלײטן
איבערן ירדן 33 .און ַבר ִז ַלי איז געװען זײער אַלט ,אַ מאַן פֿון אַכציק
יאָר; און ער האָט אױסגעהאַלטן דעם מלך װען ער איז געזעסן אין
ַמחַנ ִים ,װאָרום ער איז געװען זײער אַ ר ַײכער מאַן.
34האָט דער מלך געזאָגט צו ַברז ַלין :קום דו אַריבער מיט מיר ,און
איך װעל דיך אױסהאַלטן ב ַײ מיר אין ירושלים 35 .האָט ַבר ִז ַלי
געזאָגט צום מלך :װי פֿיל נאָך ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מ ַײן
לעבן ,אַז איך זאָל אַרױפֿגײן מיטן מלך קײן ירושלים? 36איך בין
ה ַײנט אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר; װעל איך דען װיסן צװישן גוטס און
שלעכטס? װעט דען ד ַײן קנעכט שפּירן אַ טעם אין װאָס איך װעל
עסן און װאָס איך װעל טרינקען? קען איך דען נאָך הערן דעם ָקול
פֿון זינגערס און זינגערינס? און צו װאָס זאָל ד ַײן קנעכט נאָך ז ַײן צו