Page 35 - Shmuel b
P. 35
שמוּאל ב
13האָט די פֿרױ געזאָגט :און פֿאַר װאָס טראַכטסטו אַזױנס אַקעגן
דעם פֿאָלק פֿון גאָט? װאָרום אַז דער מלך רעדט דאָס דאָזיקע װאָרט,
איז ער אַלײן אַזױ װי אַ שולדיקער ,װאָס דער מלך קערט ניט אום
ז ַײן פֿאַרשטױסענעם 14 .װאָרום שטאַרבן מוזען מיר שטאַרבן; יאָ,
אַזױ װי װאַסער אױסגעגאָסן אױף דער ערד ,װאָס קען ניט
אױפֿגעזאַמלט װערן; און גאָט שױנט ניט קײן נפֿש; אָבער ער
טראַכט טראַכטונגען אַז פֿון אים זאָל ניט פֿאַרשטױסן װערן קײן
פֿאַרשטױסענער 15 .און אַצונד ,װאָס איך בין געקומען רעדן צו
מ ַײן האַר דעם מלך דאָס דאָזיקע װאָרט ,איז דאָס װ ַײל דאָס פֿאָלק
האָט מיך א ַײנגעשראָקן ,און ד ַײן דינסט האָט געזאָגט :לאָמיך
אַקאָרשט רעדן צום מלך ,אפֿשר װעט דער מלך טאָן דעם פֿאַרלאַנג
פֿון ז ַײן דינסט 16 .װאָרום דער מלך װעט זיך צוהערן ,מציל צו ז ַײן
ז ַײן דינסט פֿון דער האַנט פֿון דעם מאַן װאָס װיל פֿאַרטיליקן מיך
און מ ַײן זון אין אײנעם פֿון גאָטס נחלה 17 .און ד ַײן דינסט האָט
געזאָגט :זאָל ,איך בעט דיך ,דאָס װאָרט פֿון מ ַײן האַר דעם מלך ז ַײן
פֿאַר אַ באַרוּונג; װאָרום װי אַ מלאך פֿון גאָט ,אַזױ איז מ ַײן האַר דער
מלך אױף צו פֿאַרשטײן גוטס און שלעכטס .און זאָל יהוה ד ַײן גאָט
ז ַײן מיט דיר.
18האָט געענטפֿערט דער מלך און האָט געזאָגט צו דער פֿרױ:
זאָלסט נאָר ניט לײקענען פֿון מיר קײן זאַך װאָס איך פֿרעג דיך.
האָט די פֿרױ געזאָגט :זאָל ,איך בעט דיך ,מ ַײן האַר דער מלך רעדן.
19האָט דער מלך געזאָגט :איז יוֹאָבֿס האַנט געװען מיט דיר אין דעם
אַלעם? האָט די פֿרױ געענטפֿערט און געזאָגט :אַזױ װי ד ַײן זעל
לעבט ,מ ַײן האַר מלך ,אױב מע קען אַװעק רעכטס אָדער לינקס פֿון
אַלץ װאָס מ ַײן האַר דער מלך האָט גערעדט! װאָרום ד ַײן קנעכט,
יוֹאָבֿ ,ער האָט מיר באַפֿױלן ,און ער האָט אַר ַײנגעטאָן אין מױל פֿון
ד ַײן דינסט אַלע די דאָזיקע װערטער 20 .כּדי צו פֿאַרדרײען דעם
פּנים פֿון דער זאַך ,האָט ד ַײן קנעכט יוֹאָבֿ געטאָן די דאָזיקע זאַך.
אָבער מ ַײן האַר איז קלוג אַזױ װי די קלוגשאַפֿט פֿון אַ מלאך פֿון
גאָט ,צו װיסן אַלץ װאָס אױף דער ערד.
21און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן :זע ,איך טו די דאָזיקע זאַך,
און גײ קער אום דעם יונג אַבֿ ָשלומען.