Page 21 - Shmuel b
P. 21

‫שמוּאל ב‬

‫שר ַײבער; ‪ 18‬און בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען‪ ,‬איבער די כּ ֵרתים און די‬
                 ‫פּ ֵלתים; און די זין פֿון ָד ִודן ז ַײנען געװען אױבערל ַײט‪.‬‬

‫‪ 1‬און דוד האָט געזאָגט‪ :‬איז נאָך װער דאָ װאָס איז געבליבן‬

‫פֿון שאָולס הױז‪ ,‬אַז איך זאָל קענען טאָן מיט אים ֶחסד פֿוןט‬
                                                        ‫יהונתנס װעגן?‬

‫‪ 2‬איז געװען פֿון שאָולס הױז אַ קנעכט װאָס ז ַײן נאָמען איז געװען‬
‫ציבֿאָ; האָט מען אים גערופֿן צו ָד ִודן‪ ,‬און דער מלך האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬ביסט דו ציבֿאָ? האָט ער געזאָגט‪ :‬ד ַײן קנעכט! ‪ 3‬האָט דער‬
‫מלך געזאָגט‪ :‬איז ניטאָ מער עמעצער פֿון שאָולס הױז‪ ,‬אַז איך זאָל‬
‫קענען טאָן מיט אים אַ גאָטס ֶחסד? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך‪:‬‬
‫פֿאַראַן נאָך אַ זון פֿון יהונתנען‪ ,‬אַ לאָמער אױף די פֿיס‪ 4 .‬האָט דער‬
‫מלך צו אים געזאָגט‪ :‬אַװוּ איז ער? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך‪ :‬זע‪,‬‬
‫ער איז אין הױז פֿון מכיר דעם זון פֿון ַעמי ֵאלן אין לוֹ‪-‬דבֿר‪ 5 .‬האָט‬
‫דער מלך דוד געשיקט‪ ,‬און האָט אים צוגענומען פֿון דעם הױז פֿון‬
‫מכירן דעם זון פֿון ַעמי ֵאלן פֿון לוֹ‪-‬דבֿר‪ 6 .‬און מפֿיבֿוֹשת דער זון פֿון‬
‫יהונתן דעם זון פֿון ָשאולן איז געקומען צו ָד ִודן‪ ,‬און ער איז געפֿאַלן‬
‫אױף ז ַײן פּנים‪ ,‬און האָט זיך געבוקט‪ .‬האָט דוד געזאָגט‪ :‬מפֿיבֿוֹשת!‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬דאָ איז ד ַײן קנעכט‪ 7 .‬האָט דוד צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫זאָלסט ניט מורא האָבן‪ ,‬װאָרום טאָן װעל איך טאָן מיט דיר ֶחסד פֿון‬
‫ד ַײן פֿאָטער יהונתנס װעגן‪ ,‬און איך װעל דיר אומקערן דאָס גאַנצע‬
‫פֿעלד פֿון ד ַײן פֿאָטער ָשאולן‪ ,‬און דו װעסט עסן ברױט ב ַײ מ ַײן טיש‬
‫תּמיד‪ 8 .‬האָט ער זיך געבוקט און האָט געזאָגט‪ :‬װאָס איז ד ַײן‬

   ‫קנעכט‪ ,‬אַז דו זאָלסט זיך אומקוקן אױף אַזאַ טױטן הונט װי איך?‬

‫‪ 9‬און דער מלך האָט גערופֿן ציבֿאָן‪ ,‬שאָולס דינער‪ ,‬און האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬אַלץ װאָס האָט געהערט צו ָשאולן און צו ז ַײן גאַנצן הױז‪,‬‬
‫האָב איך אָפּגעגעבן צו דעם זון פֿון ד ַײן האַר‪ 10 .‬און װעסט‬
‫באַאַרבעטן פֿאַר אים די ערד‪ ,‬דו און ד ַײנע זין‪ ,‬און ד ַײנע קנעכט‪ ,‬און‬
‫װעסט אַר ַײנברענגען די תּבֿואה‪ ,‬און עס װעט ז ַײן פֿאַר ד ַײן האַרס זון‬
‫ברױט צום עסן; און מפֿיבֿוֹשת ד ַײן האַרס זון װעט עסן ברױט ב ַײ‬
‫מ ַײן טיש תּמיד‪ – .‬און ציבֿאָ האָט געהאַט פֿופֿצן זין און צװאַנציק‬
‫קנעכט‪ 11 – .‬האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך‪ :‬אַזױ װי אַלץ װאָס מ ַײן‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26