Page 2 - Shmuel a
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
ְשמוּ ֵאל א
1עס איז געװען אַ מאַן פֿון רמתים-צופֿים ,פֿון דעם געבערג פֿון
אפֿרים ,װאָס ז ַײן נאָמען איז געװען אלקנה ,דער זון פֿון ירוחם,א
דעם זון פֿון אליהוא ,דעם זון פֿון תּחו ,דעם זון פֿון צופֿן ,אַן
אפֿ ַר ִימער 2 .און ער האָט געהאַט צװײ װ ַײבער :דער נאָמען פֿון
אײנער איז געװען חנה ,און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּנינה; און
פּנינה האָט געהאַט קינדער ,און חנה האָט קײן קינדער ניט געהאַט.
3און יענער מאַן פֿלעגט פֿון יאָר צו יאָר אַרױפֿגײן פֿון ז ַײן שטאָט,
זיך צו בוקן און צו שלאַכטן צו גאָט פֿון צבֿאות אין שילו .און עליס
צװײ זין ,חפֿני און פּינחס ,ז ַײנען דאָרטן געװען כּהנים צו גאָט 4 .און
װי עס איז געװען דער טאָג ,און אלקנה האָט געשלאַכט ,אַזױ פֿלעגט
ער געבן ז ַײן װ ַײב פּנינהן און אַלע אירע זין און אירע טעכטער
חלקים 5 .אָבער חנהן פֿלעגט ער געבן אַ טאָפּעלן חלק ,װאָרום חנהן
האָט ער ליב געהאַט ,נאָר גאָט האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט 6 .און
די אַנדער װ ַײב האָט זי ערגערן געערגערט ,כּדי זי צו דערצערענען,
װ ַײל גאָט האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט 7 .און װי ער פֿלעגט אַזױ
טאָן יאָר אין יאָר ,װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון גאָט ,אַזױ
פֿלעגט יענע זי ערגערן; און זי האָט געװײנט ,און פֿלעגט ניט עסן8 .
האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו איר :חנה ,פֿאַר װאָס װײנסטו? און
פֿאַר װאָס עסטו ניט? און פֿאַר װאָס איז ד ַײן האַרץ פֿאַראומערט?
בין איך דיר ניט בעסער פֿון צען קינדער?
9איז חנה אױפֿגעשטאַנען נאָכן עסן אין שילו און נאָכן טרינקען –
און עלי דער כּהן איז געזעסן אױף אַ שטול ב ַײ דעם ב ַײשטידל פֿון
גאָטס טעמפּל 10 .און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט ,אַזױ
האָט זי מתפּלל געװען צו גאָט ,און האָט שטאַרק געװײנט 11 .און זי
האָט אַ נדר געטאָן ,און האָט געזאָגט :גאָט פֿון צבֿאות ,אױב זען