Page 5 - Shmuel a
P. 5

‫שמוּאל א‬

                         ‫ער מאַכט נידערן אין גרוב און ברענגט אױף‪.‬‬
                                  ‫‪ 7‬גאָט מאַכט אָרעם און מאַכט ר ַײך‪,‬‬
                                        ‫ער דערנידערט און דערהײבט‪.‬‬

                             ‫‪ 8‬ער ריכט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן‪.‬‬
                                 ‫פֿון מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון‪,‬‬
                                              ‫זײ צו זעצן מיט פֿירשטן‪,‬‬

                             ‫און אַ טראָן פֿון כּבֿוד מאַכט ער זײ אַרבן;‬
                    ‫װאָרום גאָטס זײנען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד‪.‬‬

                            ‫און ער האָט אױף זײ די װעלט געשטעלט‪.‬‬
                                 ‫‪ 9‬די פֿיס פֿון ז ַײנע פֿרומע באַהיט ער‪,‬‬

                               ‫און רשעִים װערן אין חושך פֿאַרשניטן;‬
                          ‫װאָרום ניט מיט כּוח איז אַ מענטש שטאַרק‪.‬‬
                          ‫‪ 10‬די װאָס קריגן אױף גאָט װערן צעבראָכן;‬

                                         ‫ער דונערט אין הימל אױף זײ;‬
                                      ‫גאָט משפּט די עקן פֿון דער ערד‪,‬‬

                                            ‫און גיט מאַכט צו ז ַײן מלך‪,‬‬
                          ‫און דערהײבט דעם האָרן פֿון ז ַײן געזאַלבטן‪.‬‬

  ‫‪ 11‬און אלקנה איז אַװעק קײן רמה צו ז ַײן הױז‪ .‬און דער י ִינגל האָט‬
                                      ‫געדינט גאָט לעבן עלי דעם כּהן‪.‬‬

‫‪ 12‬און עליס זין ז ַײנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען‪ ,‬זײ האָבן ניט‬
‫געװאָלט װיסן פֿון גאָט‪ 13 .‬און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן‬
‫פֿאָלק איז געװען‪ :‬װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ‬
‫שלאַכטאָפּפֿער‪ ,‬אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג‪ ,‬װי מע האָט‬
‫געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דר ַײצײניקן גאָפּל אין ז ַײן האַנט‪ 14 .‬און‬
‫פֿלעגט אַר ַײנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער‬
‫אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט‪ ,‬האָט דער כּהן‬
‫צוגענומען דערמיט‪ .‬אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ ישׂראל װאָס ז ַײנען‬
‫געקומען אַהין קײן שילו‪ 15 .‬נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס‬
‫פֿעטס‪ ,‬פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג‪ ,‬און זאָגן צו דעם מאַן װאָס‬
‫האָט געשלאַכט‪ :‬גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן‪ ,‬װאָרום ער װיל‬
‫ניט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש‪ ,‬נ ַײערט רױ‪ 16 .‬און אַז דער מאַן‬
‫האָט צו אים געזאָגט‪ :‬דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס‪,‬‬
‫און נעם דיר װי ד ַײן האַרץ געלוסט‪ ,‬אַזױ פֿלעגט ער זאָגן‪ :‬נײן‪ ,‬דװקא‬
‫איצט מוזטו געבן‪ ,‬אַניט נעם איך מיט געװאַלט‪ 17 .‬און די זינד פֿון די‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10