Page 8 - Shmuel a
P. 8

‫שמוּאל א‬

‫ער געזאָגט‪ :‬איך האָב ניט גערופֿן; לײג זיך צוריק‪ .‬איז ער געגאַנגען‬
                                                  ‫און האָט זיך געלײגט‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט גאָט װידער גערופֿן שמואלן‪ ,‬און שמואל איז אױפֿגעשטאַנען‬
‫און איז צוגעגאַנגען צו עלין‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬דאָ בין איך; האָסט‬
‫דאָך מיך גערופֿן‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איך האָב ניט גערופֿן‪ ,‬מ ַײן זון;‬

                                                         ‫לײג זיך צוריק‪.‬‬

‫‪ 7‬און שמואל האָט נאָך ניט געקענט גאָט‪ ,‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט‬
                        ‫האָט זיך נאָך ניט געהאַט אַנטפּלעקט צו אים‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט גאָט װידער גערופֿן שמואלן צום דריטן מאָל‪ .‬און ער איז‬
‫אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז צוגעגאַנגען צו עלין‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬דאָ‬
‫בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן‪ .‬האָט עלי פֿאַרשטאַנען אַז גאָט‬
‫רופֿט דעם י ִינגל‪ 9 .‬און עלי האָט געזאָגט צו שמואלן‪ :‬גײ לײג זיך;‬
‫און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז מע װעט רופֿן צו דיר‪ ,‬זאָלסטו זאָגן‪ :‬רעד‪ ,‬גאָט‪,‬‬

                                             ‫װאָרום ד ַײן קנעכט הערט‪.‬‬

‫איז שמואל געגאַנגען און האָט זיך געלײגט אױף ז ַײן אָרט‪ 10 .‬און‬
‫גאָט איז געקומען און האָט זיך אַװעקגעשטעלט‪ ,‬און האָט גערופֿן‬
‫אַזױ װי די פֿר ִיערדיקע מאָל‪ :‬שמואל! שמואל! האָט שמואל געזאָגט‪:‬‬
‫רעד‪ ,‬װאָרום ד ַײן קנעכט הערט‪ 11 .‬האָט גאָט געזאָגט צו שמואלן‪:‬‬
‫זע‪ ,‬איך טו אַ זאַך אין ישׂראל‪ ,‬אַז איטלעכער װאָס הערט עס‪ ,‬װעלן‬
‫קלינגען ז ַײנע בײדע אױערן‪ 12 .‬אין יענעם טאָג װעל איך מקיים ז ַײן‬
‫אױף עלין אַלץ װאָס איך האָב גערעדט װעגן ז ַײן הױז‪ ,‬פֿון אָנהײב‬
‫ביזן ָסוף‪ 13 .‬װאָרום איך האָב אים אָנגעזאָגט אַז איך פֿאַרמשפּט ז ַײן‬
‫הױז אױף אײביק‪ ,‬פֿאַר דער זינד‪ ,‬װאָס ער האָט געװוּסט אַז ז ַײנע זין‬
‫ברענגען אַ קללה אױף זיך‪ ,‬און האָט זײ ניט געװערט‪ 14 .‬און דרום‬
‫האָב איך געשװאָרן אױף עליס הױז‪ :‬אױב די זינד פֿון עליס הױז װעט‬
‫פֿאַרגעבן װערן דורך שלאַכטאָפּפֿער אָדער דורך שפּ ַײזאָפּפֿער אױף‬

                                                                ‫אײביק!‬

‫‪ 15‬און שמואל איז געלעגן ביז אין דער פֿרי‪ ,‬און ער האָט געעפֿנט די‬
‫טירן פֿון גאָטס הױז‪ .‬און שמואל האָט מורא געהאַט צו דערצײלן די‬
‫זעונג צו עלין‪ 16 .‬האָט עלי גערופֿן שמואלן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫שמואל מ ַײן זון! האָט ער געזאָגט‪ :‬דאָ בין איך‪ 17 .‬האָט ער געזאָגט‪:‬‬
‫װאָס איז די זאַך װאָס ער האָט צו דיר גערעדט? זאָלסטו ניט‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13