Page 13 - Shmuel a
P. 13

‫שמוּאל א‬

‫‪ 1‬און דער אָרון פֿון גאָט איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים‬

‫זיבן חדשים‪ 2 .‬האָבן די פּלשתּים גערופֿן די פּריסטער און דיו‬

‫װאָרזאָגער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון‬
‫גאָט? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו ז ַײן‬
‫אָרט‪ 3 .‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם גאָט‬
‫פֿון ישׂראל‪ ,‬זאָלט איר אים ניט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נ ַײערט‬
‫אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר‬
‫געהײלט װערן‪ ,‬און א ַײך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס ז ַײן האַנט‬
‫האָט זיך ניט אָפּגעטאָן פֿון א ַײך‪ 4 .‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬װאָס זאָל ז ַײן‬
‫דאָס שולדאָפּפֿער װאָס מיר זאָלן אים אָפּצאָלן? האָבן זײ געזאָגט‪:‬‬
‫לױט דער צאָל פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים‪ ,‬פֿינף גילדערנע‬
‫בלאָטערן און פֿינף גילדערנע מ ַײז; װאָרום אײן מגפֿה איז געװען‬
‫אױף אַלעמען און אױף א ַײערע פֿירשטן‪ 5 .‬דרום זאָלט איר מאַכן די‬
‫געשטאַלטן פֿון א ַײערע בלאָטערן‪ ,‬און די געשטאַלטן פֿון א ַײערע‬
‫מ ַײז‪ ,‬װאָס פֿאַרדאַרבן א ַײער לאַנד‪ ,‬און איר זאָלט געבן כּבֿוד צום‬
‫גאָט פֿון ישׂראל; אפֿשר װעט ער פֿאַרגרינגערן ז ַײן האַנט פֿון א ַײך‪,‬‬
‫און פֿון א ַײערע געטער‪ ,‬און פֿון א ַײער לאַנד‪ 6 .‬און נאָך װאָס זאָלט‬
‫איר האַרט מאַכן א ַײער האַרץ‪ ,‬אַזױ װי די ִמצרים און פּרעה האָבן‬
‫געמאַכט זײער האַרץ? פֿאַר װאָר‪ ,‬אַז ער האָט זיך אָנגעטאָן אָן זײ‪,‬‬
‫האָבן זײ זײ אַװעקגעלאָזן‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען‪ 7 .‬און‬
‫אַצונד‪ ,‬נעמט און מאַכט אַ נ ַײעם װאָגן‪ ,‬און צװײ געקעלבטע קי‪,‬‬
‫װאָס אױף זײ איז ניט אַרױף אַ יאָך; און איר זאָלט א ַײנשפּאַנען די קי‬
‫אין דעם װאָגן‪ ,‬און אומקערן זײערע קעלבער פֿון הינטער זײ אַהײם‪.‬‬
‫‪ 8‬און איר זאָלט נעמען דעם אָרון פֿון גאָט‪ ,‬און אים אַרױפֿלײגן אױפֿן‬
‫װאָגן‪ ,‬און די גילדערנע זאַכן װאָס איר צאָלט אים אָפּ פֿאַר אַ‬
‫שולדאָפּפֿער‪ ,‬זאָלט איר אַר ַײנטאָן אין אַ קאַסטן אים ב ַײן ז ַײט; און‬
‫איר זאָלט אים אַװעקלאָזן ער זאָל גײן‪ 9 .‬װעט איר זען‪ ,‬אױב מיט‬
‫דעם װעג פֿון ז ַײן געמאַרק װעט ער אַרױפֿגײן‪ ,‬קײן בית‪ֶ -‬ש ֶמש‪ ,‬האָט‬
‫ער אונדז געטאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז‪ ,‬און אױב ניט‪ ,‬װעלן מיר‬
‫װיסן אַז ניט ז ַײן האַנט האָט אונדז געטראָפֿן; דאָס איז אונדז אַ‬

                                                          ‫סיבה געשען‪.‬‬

‫‪ 10‬האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ‬
‫געקעלבטע קי‪ ,‬און זײ א ַײנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער‬
‫האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם‪ 11 .‬און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן‬
‫אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון גאָט‪ ,‬און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18